איראק – הויכראנגיקע איראקער רעגירונג באאמטע זאגן, אז דער אייסיס פירער אבו באקאר על באגדאדי, איז נאך ביים לעבן, אבער ער איז שטארק פארוואונדעט. אבו אלי על-באסרי, דער הויפט פון דער איראקער שפיאנאזש און קאנטער-טעראריזם דעפארטמענט, האט נעכטן געזאגט, אז זיין אגענטור האט באקומען גאר קראנטע אינפארמאציע, פון קוועלער אינערהאלב אייסיס, אז על באגדאדי לעבט נאך, און ער באהאלט זיך אין א שפיטאל אין צפון-מזרח סיריע, וואו ער באקומט באהאנדלונג פאר וואונדן וואס ער האט געליטן ביי א מיסיל אטאקע פארלאפענעם מאי.
על-באסרי האט צוגעלייגט אז על באגדאדי איז אזוי שווער פארוואונדעט, אז ער קען מער נישט גיין צופיס אן האבן הילף, און אויך איז ער אין אן אפגעשוואכטן פסיכאלאגישן צושטאנד.
דער פענטאגאן האט קאמענטירט אז זיי האבן געזען די איראקער באריכטן, אבער זיי האבן נישט מער אינפארמאציע.
קרעדיט: דער איד