אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

ניו-יארק פאליציי קאמישאנער אניעל רעדט איבער גאנס

ניו יארק – דער ניו יארק סיטי פאליציי קאמישאנער דזשעימס אניעל, האט נישט געשפארט קיין ווערטער ווען ער האט אדרעסירט א נייעם גאן ביל, וועלכע ווערט יעצט פאראויסגעשטופט אין קאנגרעס אין וואשינגטאן.

דער ביל וועט צווינגען סטעיטס צו אנערקענען גאן-לייסענס פון אנדערע סטעיטס, גענוי ווי מען אנערקענט דרייווערס לייסענס וואס עמיצער האט ארויסגענומען אין אן אנדערע סטעיט. קאמישאנער אניעל האט אדרעסירט דעם פארגעשלאגענעם ביל אין אן אינטערוויו מיט “סיקסטי מינוטס”, און ער האט עס שארף אראפגעריסן און פארדאמט, זאגנדיג אז עס איז לעכערליך און ממש אבנארמאל, אז איין סטעיט זאל זיין געצוואונגען צו אנערקענען גאן לייסענס וואס איז געגעבן געווארן פאר עמיצן אין אן אנדערע סטעיט, ווייל מען קען נישט פארגלייכן די געזעלשאפט און סיטואציעס פון איין סטעיט צום אנדערן, ווען עס קומט צו אזא אישו ווי גאנס.

קרעדיט: דער איד

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.