פלארידע – א שרעקליכע מאסן שיסעריי האט נעכטן פאסירט אין א שולע אין פלארידע, וואו א סטודענט איז אריינגעקומען באוואפנטערהייט און געשאסן רח”ל אן רחמנות אויף אנדערע סטודענטן, אומברענגענדיג אמווייניגסטנס זיבעצן, און פארוואונדענדיג צענדליגער אנדערע – זייענדיג איינע פון די סאמע ערגסטע מאסן שיסערייען אין פלארידע’ס היסטאריע. ליידער הערט מען אז צווישן די אומגעקומענע און פארוואונדעטע זענען אויך פארהאן עטליכע אידישע סטודענטן.
די שיסעריי האט פאסירט ביים “מארדזשארי סטאנמאן דאגלעס” הויך-שולע אין פארקלענד, פלארידע, וואו דער 19 יעריגער ניקאלעס קרוז האט מיט ברוטאליטעט געשטורעמט די קלאסן און סטודענט פובליק צענטערן פונעם שולע קאמפלעקס, זייענדיג באוואפנט מיט עטליכע ערליי געווער, אריינגערעכנט א מיליטערישע סארט “עי-אר-15” ביקס. ער האט געשאסן נאכאנאנד, און א לאקדאון איז איינגעשטעלט געווארן אין פלאץ, ביז די פאליציי האט אים באוויזן צו כאפן און ארעסטירן.
פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעשיקט א מעסעדזש פון טרייסט און מיטגעפיל מיט די פאמיליעס פון די אומגעקומענע און מיט די פארוואונדעטע, און אויך האט דאס ווייסע הויז אפגעשאפן די געווענליך-געסקעדזשועלטע טעגליכע פרעסע קאנפערענצן, אלס צייכן פון טרויער און שאק. דערווייל האבן די פעדעראלע אויטאריטעטן געעפנט אן אויספארשונג צו דערגיין די מאטיוון פונעם ברוטאלן שיסער, וועלכער איז געווען א סטודענט אין דער שולע, און איז ארויסגעווארפן געווארן פון דארטן מיט א צייט צוריק.
די אידישע געמיינדע איז באזונדער אין טרויער, נאכדעם וואס נעכטן נאכט איז אידענטיפיצירט געווארן דער סאמע ערשטער קרבן פון דער מאסן שיסעריי, און עס האט זיך ארויסגעשטעלט אז א אידיש מיידל דזשעימי גוטענבערג ע”ה איז אומגעקומען אין די שיסעריי. ווי מען הערט, זענען עסקנים פון “חסד של אמת” אראפגעפארן צו פארזיכערן כבוד המת, און אויסער דעם האבן לאקאלע אידישע אקטיוויסטן געזאגט אז דער אידישער סטודענט בנימין ווייקענדער איז צווישן די פילע פארוואונדעטע.
פון דער איד