אלבאני – עטליכע ניו יארק סיטי קאונסיל מיטגלידער, האבן אנגעהויבן לייגן דרוק אויף גאווערנאר ענדרו קאומאו, אז ער זאל וואס שנעלער באשטעטיגן א “סטעיט אוו עמורדזשענסי” סטאטוס אויף דער ניו יארק סיטי פובליק האוזינג דעפארטמענט. די האוזינג דעפארטמענט איז אונטער שארפע קריטיק די לעצטע פאר מאנאטן, נאכדעם וואס עס איז אויפגעדעקט געווארן ערנסטע פארנאכלעסיגקייט אין פובליק פראדזשעקט געביידעס, אריינגערעכנט אז מ’נוצט שעדליכע סארט פארב אויף די ווענט, וואס איז פול מיט שעדליכע בליי. די האוזינג אויטאריטעטן קענען נישט דערווייל דורכפירן שנעלע פארריכטונג פראצעדורן, וויבאלד יעדע זאך דארף דורכגיין א גאצן באשטעטיגונג פראצעדור פון ביוראקראטיע, אבער אויב קאומא דערקלערט א “סטעיט אוו עמורדזשענסי”, וועט זיך דאס אלעס טוישן, און דעריבער ווילן די סיטי קאונסיל מיטגלידער אז קאומא זאל דערקלערן דעם עמורדזשענסי.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.