וואשינגטאן – אין לויף פון מוצאי שבת און זונטאג, האט פרעזידענט טראמפ ארויסגעשיקט עטליכע שארפע מעסעדזשעס אויף טוויטער, אראפרייסנדיג די עף-בי-איי פאר’ן פארפאסן א שאנס אפצושטעלן די מאסן שולע שיסעריי אין פלארידע, מיט’ן איגנארירן א ווארענונג-טעלעפאן רוף וואס זי האט אריינבאקומען עטליכע וואכן צוריק.
“זייער טרויעריג אז די עף-בי-איי האט פארפאסט די אלע סיגנאלן. עס איז אומאקצעפטירבאר”, שרייבט טראמפ אויף טוויטער. “זיי שפענדן צופיל צייט צו פרובירן איבערצואווייזן רוסישע קאאפעראציע מיט’ן טראמפ קאמפיין – עס איז נישטא קיין קאאפעראציע. גייט צוריק צו אייער פשוט’ע ארבעט, און מאכט אונז אלע שטאלץ!”
אין ווייטערדיגע מעסעדזשעס, האט טראמפ אדרעסירט דאס וואס ס’שטעלט זיך קלאר ארויס אז רוסלאנד האט יא געטאן שריט צו באאיינפלוסן די פרעזידענט וואלן, שרייבנדיג אז ער האט קיינמאל נישט געזאגט אז רוסלאנד האט גארנישט געטאן, נאר אז דער טראמפ קאמפיין האט נישט געהאט קיין שייכות דערמיט, און דאס איז אויך יעצט געווארן קלאר.