קאליפארניע – מען שטייט קוים געציילטע וואכן פון ווען די פייערלעשער האבן באוויזן צו פארלעשן די מאסיווע פייערן אין צפון קאליפארניע, וועלכע איז באצייכנט געווארן אלס די ערגסטע און גרעסטע אין דער סטעיט’ס היסטאריע, און שוין הערט מען פון א פרישן וואלדפייער. דאס יעצטיגע פייער, וואס ווערט געטריבן דורך שטארקע ווינטן, ברענט אין צענטראל קאליפארניע, הארט נעבן די וועלדער פונעם “סיערע נעוואדא” מדבר. עס האט אויסגעבראכן זונטאג נאכמיטאג, און איז שנעל פארשפרייט געווארן צו א גרויסקייט פון 900 אקער-לאנד, פירנדיג נעכטן צו מאסיווע עוואקואציע פארארדענונגען פון טויזנטער איינוואוינער, וויבאלד דאס פייער ברענט געפארפול נאענט צו אפאר הונדערט אפארטמענט געביידעס. ארום 400 פייערלעשער האבן נעכטן נאכמיטאג געארבעט צו ברענגען דאס פייער אונטער קאנטראל.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.