לאקאל און נאציאנאל

טראמפ נעמט גאן קאנטראל שריט

וואשינגטאן – פרעזידענט טראמפ האט נעכטן געמאלדן אז ער האט אונטערגעשריבן א ספעציעלן פרעזידענטליכן מעמאראנדום, צו דירעקטירן אטוירני דזשענעראל דזשעף סעשאנס אריינצושטעלן אין קראפט נייע רעגולאציעס, וועלכע וועלן פארבאטן סיי וועלכע מאשינקעס וואס טוען פארוואנדלען לעגאלע קליינע ביקסן אלס מאכטפולע מיליטערישע מאשין-גאנס. טראמפ זאגט אז זיין שריט קומט אלס דירעקטער רעזולטאט פון דער שרעקליכער מאסן שיסעריי אין דער פלארידע שולע מיט א וואך צוריק, וואו זיבעצן סטודענטן זענען אומגעקומען – און טראמפ’ס שריט איז באגריסט געווארן איבער’ן לאנד, אלס א גאר קריטישע און וויכטיגע זאך, צו ברענגען מער גאן-קאנטראל. אין דער זעלבער צייט האט מען געהערט אז סטודענטן-איבערלעבער פון די שיסעריי וועלן היינט זיך טרעפן אינעם פלארידע הויפטשטאט טאלאהאסי, מיט לאקאלע געזעצגעבער, צו קאמפיינען פאר פרישע גאן-קאנטראל געזעצן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.