ניו יארק – די ניו יארק סיטי פייער דעפארטמענט זאגט, אז א העליש פייער וואס האט פאסירט מיט עטליכע טעג צוריק אין מאנהעטן, איז געקומען פון א ציגארעטל וועלכע איז איבערגעלאזט געווארן אויף אן אומפאראנטווארטליכן פארנעם. דאס פייער האט פאסירט אין דער “ליטעל איטאליע” געגנט אויף מולבערי סטריט, און א רעסטוראנט מיט עטליכע אפארטמענטס העכער דעם זענען פארכאפט געווארן אין פלאמען, און ארום דרייצן מענטשן זענען פארוואונדעט געווארן, צוויי פון זיי גאר ערנסט און 11 מיט מילדע וואונדן. די פייער דעפארטמענט באאמטע זאגן אז דאס פייער דארף דינען אלס דערמאנונג, אז ווען מען ענדיגט רויכערן א ציגארעטל, זאל מען זיכער מאכן אז עס איז אינגאנצן פארלאשן, בעפאר מען ווארפט עס אריין אין מיסט קאסטן, אדער אפילו אויב מען לאזט דאס אויף דער ערד.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.