וואשינגטאן. – אנהאלטנדיג זיין קאמפיין אויסצוהערן די זארגן פונעם פאלק, און ספעציפיש פון די סטודענטן וועלכע זענען אפעקטירט געווארן פון דער ברוטאלער מאסן שיסעריי אין פלארידע, האט פרעזידענט טראמפ נעכטן פארשפראכן פאר א גרופע סטודענטן, אז ער וועט אונטערנעמען א קאמפיין צו פארשטארקערן “בעקגראונד” אונטערזוכונגען אויף מענטשן וואס קויפן גאנס.
טראמפ האט זיך אראפגעזעצט מיט א גרופע סטודענטן, פאר א ספעציעלע “אויסהערונג סעסיע” אין ווייסן הויז, וואו די סטודענטן האבן געגעבן קורצע סטעיטמענטס און האבן געהאט א שאנס צו רעדן צום פרעזידענט, ארויסברענגען זייערע זארגן און וואס זיי וואלטן געוואלט אז די פעדעראלע רעגירונג זאל טאן, סיי אויפ’ן געביט פון גאן קאנטראל, און סיי אויפ’ן געביט פון מער זיכערהייט אין די שולעס.
טראמפ האט געזאגט פאר די סטודענטן, “עס גייט נישט זיין אזוי ווי אין דער פארגאנגענהייט, ווען מ’האט נאר גערעדט דערפון. איך גיי עס ערלעדיגן”. טראמפ האט אויך געזאגט אז ער באטראכט א פלאן צו באוואפענען יעדן טיטשער אין אלע שולעס איבער’ן לאנד, זאגנדיג אז א טרענירטער טיטשער מיט א גאן, וואלט גרינג געקענט אפשטעלן די שיסעריי.