דמשק – דער סירישער רעזשים האט אונטערגענומען פרישע רחמנות’לאזע באמבארדירונגען אויף ציווילע בירגער אינעם גועטא דיסטריקט הארט נעבן דער הויפטשטאט דמשק, וועלכע איז פון די געציילטע געגנטער וואס זענען נאך אונטער קאנטראל פון די אנטי-רעגירונג רעבעלן. די באמבארדירונגען האבן זיך אנגעהויבן די וואך זונטאג, און אין בלויז געציילטע טעג, ביז נעכטן מיטוואך אינדערפרי, זענען שוין געווען 300 פאטאליטעטן פון די באמבארדירונגען, זייענדיג די בלוטיגסטע וואך אינעם סירישן בירגער קריג זינט יאר 13′. די שפיטעלער ארום און אין דמשק זענען איבערגעפילט מיט קריטיש-פארוואונדעטע פון די באמבארדירונגען, און וואלונטירן זאגן אז זיי זענען געצוואונגען איבערצונוצן אויף די פארוואונדעטע אינפעקטירטע נידלעך און מעדיצינען מיט אפגעלאפענע דאטומען, צוליב א מאנגל אין מעדיצינישע סופלייס.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.