אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס ביזנעס און פינאנץ

איראן איז דער לעצטער לאנד צו דעוועלאפן אייגענע קריפטא וואלוטע

באאמטע אין איראן באטראכטן און נעמען ערנסט די מעגליכקייט פון דעוועלאפן אן אייגענע “קריפטא” וואלוטע, דאס הייסט א געלט-סיסטעם וועלכע פונקציאנירט און עקזיסטירט דורכ’ן אינטערנעט, נאכפאלגענגדיג ווענעזועלע – ביידע לענדער זייענדיג אונטער סאנקציעס פון די פאראייניגטע שטאטן.

מוכאמעד-דזאוואד אזארי זדשעהראמי, דער מיניסטער פון איראן’ס מיניסטעריום פון אינפארמאציע און קאמיוניקאציע טעכנאלאגיע, האט ארויסגעשיקט א טוויט מיטוואך פארמיטאג אין די ניו יארקער צייט, אז דער פאסט באנק וואס ווערט געפירט דורך די רעגירונג, ארבעט צו ערצייגן אן אייגענער קריפטא-וואלוטע.

ער שרייבט אין זיין טוויט: “אין א זיצונג מיט די בארד אוו דירעקשנס פון די פאסט באנק, איבער דיגיטאלע וואלוטעס, באזירט אויף די ‘בלאקטשעין’, האב איך פארגעשלאגן צו אימפלעמענטירן דאס לאנד’ס ערשטע דיגיטאלע וואלוטע.”

די איראן “פראנט פעידזש” נייעס וועבזייטל, האט אויך באריכטעט די סטעיטמענט מיטוואך, און צוגעלייגט אז די צענטראלע באנק פון איראן קאאפערירט מיט אנדערע אינסטיטוציעס צו קאנטראלירן דיגיטאלע וואלוטעס אין איראן.

ווענעזועלע’ס פרעזידענט ניקולעס מאדורא האט געזאגט שפעט דינסטאג, אז דאס לאנד’ס געשטיצטע “פעטרא” קריפטא-וואלוטע איז געשטיגן צו מער פון 735 מיליאן דאלער.

איבערן שרייבער

יוסף הירש

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.