סעאל – דער אמעריקאנער פרעזידענט דאנאלד טראמפ האט געמאלדן א סעריע פרישע סאנקציעס קעגן צפון קארעא, זאגנדיג אז די יעצטיגע סאנקציעס זענען די גרעסטע אין היסטאריע קעגן דעם קאמוניסטישן לאנד. די סאנקציעס זענען ארויפגעשטעלט געווארן קעגן 27 פירמעס וועלכע טוען אין אימפארט-עקספארט, און ספעציפיש אויף 28 גרויסע שיפן. די אלע פריש-סאנקציאנירטע ווערן באשולדיגט אין זיין פארמישט אין א מאסיווע אפעראציע פון דעם צפון קארעאר רעזשים אויסצומיידן די אמעריקאנער סאנקציעס, דורכ’ן שיקן אויל און אנדערע פראדוקטן פאר צפון קארעא, און דורכ’ן ארויסליפערן צפון קארעא-פראדוצירטע קוילן צו אנדערע לענדער, הויפטזעכטליך כינע, וואס אזוי האט דער צפון קארעא רעזשים געלט אנצוגיין. די נייע סאנקציעס אדרעסירט נישט דעם פראבלעם אז צפון קארעא מיידט אויס סאנקציעס דורכ’ן האנדלען אויפן אינטערנעט מיט “ביטקוין”, אבער די אדמיניסטראציע באטראכט עס אויך אלס אן אפציע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.