אידישע נייעס

הונדערטער טויזנטער ביי לוי’ אין ירושלים פון הגאון הגדול רבי שמואל אויערבאך זצוקללה”ה ראש ישיבת מעלות התורה

הונדערטער טויזנטער אידן פון אלע שיכטן און קרייזן ביים כלל ישראל, ליטווישע, חסידים, אשכנזים, ספרדים, אין שפיץ פון מרנן ורבנן גדולי ומאורי ישראל שליט”א, ובראשם הגאונים הצדיקים שרי התורה חברי הביד”צ העדה החרדית שליט”א, זענען זיך צונויפגעקומען נעכטן צו דער ריזיגער לויה פון מרן הגאון הגדול, שר התורה, לוחם מלחמות ה’, רבי שמואל אויערבאך זצוקללה”ה, ראש ישיבת מעלות התורה אין ירושלים, וואס איז אזוי פלוצלינג אוועקגעריסן געווארן פון דער וועלט פארגאנגענעם פרייטאג צו נאכטס צום גרויסן צער פון זיינע טויזנטער חסידים און ערליכע אידן שלומי אמוני ישראל בכל קצוי תבל.

די לויה איז ארויס צום ערשט פון דער ישיבה מעלות התורה ביז צום בית הכנסת הגר”א אויף רח’ השל”ה אין דער ‘שערי חסד’ געגנט אין ירושלים. פאר’ן ארויספירן די מטה האט מען געזאגט תהלים און דערנאך האט מען זיך געזעגנט און דאן זענען געהערט געווארן די הספדים פון פילע גדולי ישראל, וואס האבן ארויסגעברענגט זיין גדלות בתורה, ביראה, זיין אויסטערלישע צדקות ומדת החסד, און ספעציעל זיין מלחמה לה’ אנצוהאלטן דעם ריינעם דרך המסורה וואס ער האט צוגעזען און מקבל געווען פון די גדולי ישראל מדור הקודם, ובראשם ביי מרן החזון איש זצ”ל און ביים בריסקער רב זצ”ל.

דער מעמד הלוי’ האט זיך געשלאסן מיט סליחות און קבלת עול מלכות שמים, דערנאך איז מען ארויס מלוה זיין, און די לוי’-צוג פון די הונדערטער טויזנטער אידן, אלע מיט צעבראכענע הערצער און געבויגענע קעפ, פארטרויערט און פאר’צער’ט פון דער אויסטערלישער אבידה, האט זיך געשלענגלט דורך די געסלעך פון דער שערי חסד געגנט ביז צום ריכטונג פון הר המנוחות, און צוליב די מאסן זענען צענדליגער גאסן און שאסייען פארשלאסן געווארן אין ירושלים. מ’האט באגלייט דעם גרויסן גדול בישראל צופיס, ביז ער איז געקומען אין די פארנאכט-שטונדן למקום מנוחתו, צום געוויין און געשריי פון די פילצאליגע טויזנטער צעבראכענע מלווים.

דער טרויער און צער לאזט נישט נאך, ספעציעל ביי זיינע פילע טויזנטער תלמידים וממשיכי דרכו, וואס הערן נישט אויף צו יאמערן און ביטערן, “מי יקום לנו עם מרעים,” “על מי נטשת את הצאן,” און קוקן ארויס צו קענען ממשיך זיין דעם דרך המסורה און די מלחמה לה’ וואס דער ראש הישיבה זצוקללה”ה האט אנגעצונדן מיט אזא מורא’דיגן ברען צווישן די רבבות בני תורה צו שטיין קאמפראמיסלאז מיט’ן קאמף קעגן די אפיקורסים און די רשעי ישראל, און זיך שלאגן מיט זייערע גזירות רעות קעגן דת אין ארה”ק, צי בנוגע גיוס, צי בנוגע חינוך, און נישט נתפעל ווערן פון די אלע סארט מפשרים מינים ממינים שונים וואס זוכן אפצונויגן פונעם אריגינעלן דרך התורה והיהדות.

זכר צדיק וקדוש לברכה לחיי העולם הבא.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.