פיאנגיענג – נעכטן האבן באאמטע פון דער קאמוניסטישער צפון קארעא געלאזט וויסן, אז זיי זענען גרייט צו פירן דירעקטע געשפרעכן מיט דער אמעריקאנער רעגירונג, שטייענדיג ביים ענדע פון די אלימפיקס, וואו צפון קארעא און דרום קארעא האבן, אמווייניגסטנס אויף צייטווייליג, בארואיגט צווישן זיך די אנגעצויגנקייטן.
אין זייערע סטעיטמענטס, האבן די צפון קארעא רעגירונג פארשטייער שארף פארדאמט דאס וואס די טראמפ אדמיניסטראציע האט ארויפגעשטעלט פרישע סאנקציעס אויף פירמעס וואס זענען פארבינדן מיט איר, אבער זיי האבן געזאגט אז טראצדעם זענען זיי גרייט זיך אראפצוזעצן מיט דער טראמפ אדמיניסטראציע.
דאס ווייסע הויז האט רעאגירט צו די נייעס, זאגנדיג אז ס’איז גוט צו הערן אז צפון קארעא איז גרייט פאר געשפרעכן, און דאס איז א צייכן אז דער דרוק קאמפיין ארבעט, אבער דאס ווייסע הויז האט קלארגעשטעלט אז דער ציל פון די געשפרעכן וועט זיין, צו אנטוואפענען צפון קארעא פון אירע נוקלעארע וואפנס.