בעיזשינג – די כינעזער קאמוניסטישע פארטיי, וועלכע שטייט אין קאנטראל פון דער ארטיגער רעגירונג, האט נעכטן פארגעשלאגן א פלאן צו טוישן די קאנסטיטוציע, אויף א וועג וואס זאל ערלויבן דעם אמטירנדן פרעזידענט שי דזשינפינג צו קענען דינען פאר א דריטן טערמין, און דערנאך פאר נאך אומבאגרעניצטע יארן, אזוי לאנג ווי ער וועט געווינען ווידערוויילונג. די קאנסטיטוציע אין כינע זאגט קלאר, אז א פרעזידענט און זיין וויצע פרעזידענט קענען נישט דינען מער ווי צוויי טערמינען אין אמט. יעדער טערמין באשטייט פון פינף יאר, און אלע פארגייער פון דזשינפינג האבן דאס אויסגעפאלגט און נאר געדינט צוויי טערמינען. דער פאקט אז דזשינפינג, וועלכער ווערט שוין לאנג באצייכנט אלס א “דעמאקראטישער דיקטאטור”, וויל פארבלייבן אויף אומבאגרעניצטע יארן אין אמט, האט ארויסגערופן זארג און אויפברויז ביי מענטשן-רעכט גרופעס איבער דער וועלט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.