קאנאדע – רעגירונג באאמטע אין קאנאדע האבן אנגעהויבן שיקן סיגנאלן, אז אויב דער נאפטא האנדלס אפמאך צווישן אמעריקע, מעקסיקא און קאנאדע וועט צוזאמפאלן, אלס רעזולטאט פון דורכגעפאלענע איבערמאכונג-געשפרעכן וואס פרעזידענט טראמפ האט פארארדענט, וועלן זיי זיין גערישט און גרייט דערויף, ארבעטנדיג שוין דערווייל אויף נייע האנדלס אפמאכן צו ערזעצן די עקאנאמישע שאדנס פון א צעפאלענער נאפטא. דאס איז געקומען אין א צייט וואס עס האט זיך אנגעהויבן, נעכטן זונטאג, די זיבעטע רונדע געשפרעכן איבער’ן נאפטא אפמאך, וועלכע קומט פאר אין דער מעקסיקאנער הויפטשטאט מעקסיקא סיטי, וואס די יעצטיגע רונדע וועט אנהאלטן ביז קומענדיגע וואך מאנטאג, און דערווייל זעט נישט אויס אז מ’האלט נאענט צו אן אפמאך, און טראמפ האט געסטראשעט אז אויב וועט מען נישט גרייכן אן אפמאך, וועט אמעריקע זיך ארויסציען דערפון.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.