פאליטישע נייעס און ארטיקלען

פיינסטיין קריגט נישט אינדארסמענט

קאליפארניע – די לאנגיעריגע דעמאקראטישע קאליפארניע סענאטארשע, דייען פיינסטיין, האט נישט באקומען די אינדארסירונג פון דעם לאקאלן פליגל פון דער דעמאקראטישער פארטיי אין איר סטעיט, וואס איז א שטארקע קלאפ און א צייכן אז די דעמאקראטישע פארטיי רוקט זיך ראדיקאל צו לינקס. סענאטארשע פיינסטיין דינט שוין אין וואשינגטאן זינט 992′, און טראץ וואס זי קען געהעריג געווינען ווידערוויילונג, אפילו אויב זי האט נישט באקומען די אינדארסירונג פון איר אייגענע פארטיי, איז דאס פאר איר א שטארקער קלאפ. פיינסטיין שטייט אויס א פריימערי פונעם ליבעראלן קאנדידאט קעווין דעליאן, און ביים לאקאלן קאליפארניע קאנווענשאן פון דער פארטיי, איז פיינסטיין שטארק פארשעמט געווארן, ערשטנס ווען מ’האט איר געצווינגען צו ענדיגן איר רעדע שנעלער ווי געפלאנט, און צווייטנס מיט’ן נישט באקומען די אינדארסירונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.