מאנהעטן – נעכטן איז אפגעהאלטן געווארן א ספעציעלע צערעמאניע אין ניו יארק סיטי, אפצוצייכענען דעם 25’סטן יארטאג פון ווען עס האט פאסירט די באמבארדירונג אויפ’ן “ווארלד טרעיד צענטער”. די באמבארדירונג האט פאסירט אום פעברואר 26 יאר 993′, ווען א גרופע איסלאמישע טעראריסטן האבן אריינגעפירט א געדונגענעם טראק אינעם אונטערערדישן פארקינג לאט פון איינע פון די צווילינג טורעמס, מיט’ן פלאן אז טויזנטער וועלן אומקומען און ביידע געביידעס וועלן צוזאמפאלן. די באמבע האט טאקע אויפגעריסן, און געשאפן שווערע שאדנס צום בעיסמענט פון די טורעמעס, באזונדער האט עס געקאסט זעקס פאטאליטעטן, אבער די טורעמס זענען למעשה געבליבן שטיין, אמווייניגסטנס פאר נאך 8 יאר, ווען די טעראריסטן האבן נאכאמאל פרובירט, דאסמאל נוצנדיג פליגערס, און זיי האבן סוקסעספול אראפגעברענגט די טורעמס.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
בושות: סעמסאנג סאטעליט פאלט אראפ פון די ספערן צו א...
טעראר שרעק אין שיקאגאו ווען קאר פארט אריין אין א...
25 אומגעקומענע אין העלישע פייער אויף שיף אין...
ארעסטאנט באפרייט פון לעבנסלענגליכע טורמע נאך 36 יאר...
האטעל ארבעטער אין קאליפארניע געכאפט געווארן מיט פלענער...
ארעסטאנט באפרייט צוליב “צו אלט צו מארדן”...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.