לאקאל און נאציאנאל

“העזמעט” אינצידענט אין ווירדזשיניע באזע

ווירדזשיניע – אן עמורדזשענסי “העזמעט” אינצידענט האט נעכטן פאסירט אין דער גרויסער “פארט מאיער” אמעריקאנער מיליטערישע באזע, אין ארלינגטאן, ווירדזשיניע, פון וועלכע אמווייניגסטנס עלף זענען קראנק געווארן. די לאקאלע ארלינגטאן פייער דעפארטמענט האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז עס איז אנגעקומען א פארדעכטיגטער בריוו צו דער באזע, און עטליכע זעלנער וואס האבן עס געעפנט זענען געווען אויסגעשטעלט אריינצואטעמען און אנצורירן א פארדעכטיגטע ווייסע שטויב, ליידנדיג שפעטער פארשידענע סימפטאמען און אטעמען שוועריגקייטן. 3 פון די 11 אפעקטירטע האבן געדארפט צוקומען צו שפיטאל באהאנדלונג, און די עף-בי-איי איז אראפגעקומען עס אויספארשן.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.