וואשינגטאן – אן אומאפיציעלע האנדלס-קריג איז אונטערוועגנס צווישן אמעריקע און אייראפעאישע לענדער, נאכדעם וואס פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז אמעריקע וועט ארויפשטעלן א ספעציעלן שטייער אויף אייזן און אלומינום, וועלכע ווערן אריינגעברענגט פון אנדערע לענדער קיין אמעריקע.
די שטייערן זענען געצילט, לויט ווייסע הויז סטעיטמענטס, צו פארשטארקערן אמעריקע’ס ביזנעסער און פירמעס וועלכע פראדוצירן אייזן און אלומינום, עס זאל פון היינט און ווייטער זיך ענדערש לוינען פאר אמעריקאנער פירמעס צו נוצן אמעריקאנער-פראדוצירטע אייזן, ווי איידער אריינצוברענגען פון אויסלאנד.
סיי רעפובליקאנער און סיי דעמאקראטן האבן אראפגעריסן די מעלדונג, זאגנדיג אז ס’וועט עווענטועל אויסקלאפן אויפ’ן דורכשניטליכן אמעריקאנער בירגער, וועלכער וועט זיין געצוואונגען צו באצאלן טייערער פאר פראדוקטן וואס זענען געמאכט פון אייזן, וויבאלד אמעריקאנער אייזן קאסט גאר טייער.
אייראפעאישע לענדער האבן רעאגירט מיט אויפברויז, זאגנדיג אז זיי באטראכטן א קאנטער-שריט, צו שטעלן שטייערן אויף מאטאר-ביציקלעך, וויסקי-ברוינפן און קליידונג, וואס ווערן אריינגעברענגט פון אמעריקע קיין אייראפע. טראמפ האט צוריקגעשאסן אז אמעריקע וועט שטעלן שטייערן אויף אייראפעאישע קארס.