לאקאל און נאציאנאל

ניו-יארקער פאליטישאנס ברויזן איבער “געיטוועי”

מאנהעטן – מען האט געהערט פרישע שארפע קאמענטארן פון ניו יארקער פאליטישאנס, קעגן א פלאן פון פרעזידענט טראמפ אפצושטעלן די פעדעראלע רעגירונג’ס שטיצע פאר דעם “געיטוועי טונעל פראיעקט”, וועלכע וועט פארבינדן ניו יארק און ניו דזשערסי מיט א מאסיוון אונטערוואסער טונעל סיסטעם. לאקאלע באאמטע פלאנירן שוין דעם פראיעקט לאנגע יארן, און פארשפרעכן אז דאס וועט לינדערן די שווערע טראפיק צווישן די צוויי סטעיטס, און אונטער אבאמא האט די פעדעראלע רעגירונג געהאט פארשפראכן צו געבן 950 מיליאן דאלאר צו דעקן טייל פון די קאסטן פונעם גרויסן פראיעקט. למעשה האט טראמפ מיט א מאנאט צוריק ארויסגעשטעלט זיין אינפראסטרוקטור פלאן, און עס אנטהאלט נישט די געלטער פאר’ן געיטוועי פראיעקט, האט מען אצינד געהערט פון ניו יארקער דעמאקראטן און רעפובליקאנער צוגלייך, אנגעהויבן פון דעמאקראט טשאק שומער און געענדיגט ביי רעפובליקאנער פיטער קינג, אז טראמפ מוז שטיצן דעם פראיעקט, ווייל ס’וועט העלפן אזויפיל ווי 50 מיליאן אמעריקאנער בירגער.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.