ארבעטער אין א געשעפט אין בעירוט לבנון האבן זיך געדארפט ספראווען מיט אן אויסערגעווענליכער ווילדער איינקויפער וואס האט געכאפט א ווילדע אטאקע און איבערגעדרייט דעם געשעפט אראפווארפנדיג אלעס פאר די אויגן.
די ספעקטאקל האט זיך אנגעהויבן ווען דער איינקויפער איז געקומען צוריקגעבן א קלייד געקויפט מיט 2 מאנאטן בעפאר, און וויבאלד עס איז שוין געווען נאך די צייט ערלויבט צו צוריקקערן קליידער האבן דאס די ארבעטער נישט געוואלט צוריקנעמען, און זיך אנטזאגט צו געבן א ריפאנד.
דער איינקויפער איז אריינגעפאלן אין א ווילדע כעס אויסברוך, און אנגעהויבן אראפשיסן זאכן פון די פוליצעס, נישט אפשוינענדיג גאר ווערדפולע און טייערע קליידער וואס האבן זיך דארט געפונען. די ארבעטער זענען צוגעלאפן און פרובירט איבעררעדן דעם איינקויפער זיך צו בארואיגן און אויפהערן אבער גארנישט האט נישט געהאלפן. א באטייליגטער האט געכאפט א ווידעא דערפון און עס איז געגאנגען וויירעל.
די אייגנטומער פון די געשעפט האבן געהאט א שווערע ארבעט צו אויפרייניגן דעם געשעפט און עס איז נישט קלאר אויב די פאליציי איז געווען געווארן אראפגערופן צו די סצענע.