וואשינגטאן – די רעפובליקאנער פארטיי פירערשאפט איז נעכטן ארויסגעקומען, און דערקלערט איר קעגנערשאפט צו פרעזידענט טראמפ’ס אונטערגענומענע האנדלס-קריג מיט וועלט’ס לענדער. ספעציפיש האט מען געהערט פונעם רעפובליקאנער קאנגרעס ספיקער, פאול רייען, וועלכער זאגט אז ער איז זייער באזארגט איבער די קאנסעקווענצן פון טראמפ’ס פלאן.
ספיקער רייען האט געזאגט, אז דערווייל האט ער גארנישט ספעציפיש געהערט פון ווייסן הויז איבער דעם פלאן ארויפצושטעלן שטייערן אויף אייזן און אלומינום אימפארטס פון אויסלאנד, אבער ער איז באזארגט אז דאס וועט האבן גאר נעגאטיווע קאנסעקווענצן פאר דער אמעריקאנער עקאנאמיע, און ער האפט אז פרעזידענט טראמפ וועט צוריקציען פון דער גאצער זאך.
דאס ווייסע הויז האט רעאגירט, זאגנדיג אז די רעפובליקאנער קאנגרעסלייט זאלן בכלל נישט אהערשטעלן קיין פנים ווי גלייך זיי זענען איבערראשט, ווייל זיי האבן געקענט אין די לעצטע מאנאטן אויסהערן די גאנצע צייט וואס טראמפ זאגט איבער האנדל. קאנגרעס האט אבער אנגעהויבן אונטערנעמען נעכטן שריט, צו בלאקירן טראמפ פון אינפארסירן די אימפארט שטייערן.