רוים – זונטאג זענען אפגעהאלטן געווארן פארלאמענט וואלן אין איטאליע, און טראץ וואס ס’איז קלאר אז דאס פאלק וויל מער נישט די עסטאבלישמענט, און א מערהייט האבן געשטימט פאר פאפוליסטישע אנטי-אייראפעאישן-יוניאן קאנדידאטן, איז דערווייל נישט קלאר ווער עס וועט זיין איטאליע’ס קומענדיגער פירער. די צוויי העכסטע געווינער זענען לואיזשי די מאיע, וועלכער פירט די “פייוו סטאר” באוועגונג און זיין פארטיי האט באקומען 231 זיצן, און דער צווייטער איז מאטעא סאלוויני, פון דער “לעזשא” פארטיי וועלכע האט געוואונען 123 זיצן. דאס הייסט אז קיין איין פארטיי האט נישט געוואונען די נויטיגע 316 פארלאמענט זיצן צו קענען אליינס האבן א מאיאריטעט אינעם פארלאמענט און איבערנעמען רעגירונג פירערשאפט, און עס בלייבט איבער צו זען צי די צוויי אנטי-עסטאבלישמענט פארטייען וועלן זיך צוזאמשטעלן פאר א קאאליציע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.