ווארשא – א הויכראנגיקער פוילישער רעגירונג באאמטער האט מודה געווען, אז עס הערשט אן אנגעצויגנקייט צווישן די פוילישע און די אמעריקאנער רעגירונגען, אלס רעזולטאט פונעם קאנטראווערסיאלן נייעם האלאקאוסט געזעץ. אויסערן מיניסטער יאזשעק זשאפוטאוויטש זאגט, אז עס זענען אמת די באריכטן אז די טראמפ אדמיניסטראציע ברויזט אויף פוילן איבער’ן געזעץ, אבער לויט זשאפוטאוויטש זענען פאלש די באריכטן וואס זאגן אז אמעריקע טראכט פון ארויפשטעלן סאנקציעס. דעם מעסעדזש וואס זיי האבן באקומען פון דער טראמפ אדמיניסטראציע, זאגט זשאפוטאוויטש, איז געווען אז די טראמפ אדמיניסטראציע וויל זיך אראפזעצן מיט פארשטייער פון דער פוילישער רעגירונג, און זען וואספארא לעזונג מען קען אויפקומען, צו ענדיגן די אנגעצויגנקייט.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
גרופע אידן פארלאנגען פון פראנקרייך די ביינער פון...
חסדי ה’: פלאן צו פאר’סמ’ען אידן און...
ברוך דיין האמת! אינגערמאן דערטראנקען נאכן...
ברוך דיין האמת: איד דערטראנקען געווארן אין תל אביב...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.