וואשינגטאן – א פרישער באריכט צייגט, אז טראמפ׳ס לויערס ווילן אז ראבערט מוללער, וועלכער פירט די טראמפ-רוסלאנד אויספארשונג, זאל מסכים זיין שנעל צו ענדיגן זיין אויספארשונג, אויב וויל ער פערזענליך אויספרעגן פרעזידענט טראמפ. לויט’ן באריכט, זאגן אפאר פון טראמפ׳ס לויערס, אז אויב מוללער איז מסכים צו ענדיגן זיין אויספארשונג גענוי זעכציג טעג נאכדעם וואס ער פרעגט אויס טראמפ, וועלן זיי מסכים זיין דערצו. דער באריכט לויטעט אבער אז עס זענען דא מיינונגס פארשידנהייטן צווישן טראמפ’ס לויערס, ווען אנדערע לויערס פונעם פרעזידענט ווילן אויך שטעלן גרעניצן איבער וועלכע פראגעס מוללער וועט אים מעגן פרעגן, און אנדערע ווילן בכלל אז טראמפ זאל אינגאנצן אפזאגן מוללער’ס פארלאנג צו ווערן אינטערוויואירט, וויסנדיג אז טראמפ וועט אריינפאלן אין א ליגנט-נעץ.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.