וואשינגטאן – די טראמפ אדמיניסטראציע איז פריש אויפגעשאקלט געווארן, ווען פרעזידענט טראמפ האט ארויסגעווארפן רעקס טילערסאן פון זיין פאזיציע אלס סעקרעטערי אוו סטעיט. טראמפ האט אין א מעסעדזש אויף טוויטער געמאלדן די נייעס, שרייבנדיג אז ער האט גענומען דעם אמטירנדן סי-איי-עי דירעקטאר מייק פאמפעא, אלס נייער סעקרעטערי אוו סטעיט.
דאס אויפזאגן טילערסאן קומט נאך לאנגע מאנאטן פון הערן שמועות און האלבע באריכטן, אז עס הערשט אנגעצויגנקייט צווישן טראמפ און טילערסאן, וועלכע האבן זיך נישט פארשטאנען אויף פארשידענע וויכטיגע אישוס, הויפטזעכטליך איראן און צפון קארעא – און טראמפ האט נעכטן אין א מידיא סטעיטמענט באשטעטיגט די מיינונגס פארשידנהייטן וואס ער האט געהאט מיט טילערסאן.
דער אונטער-סעקרעטערי אוו סטעיט סטיוו גאלדשטיין האט אין א סטעיטמענט געזאגט, אז טראמפ האט נישט טעלעפאנירט טילערסאן צו מעלדן אז ער איז אויפגעזאגט, און באריכטן האבן טאקע געצייגט אז טילערסאן איז געוואויר געווארן די אנטוויקלונג פון טראמפ’ס מעסעדזש אויף טוויטער. דאס ווייסע הויז האט געלייקנט די באריכטן, און גאלדשטיין האט נעכטן נאכמיטאג אויך פארלוירן זיין אמט.
פרעזידענט טראמפ האט געמאלדן אז דזשינע האספעל, לאנגיעריגע סי-איי-עי איינגעשטעלטע, וועט איבערנעמען אלס נייער סי-איי-עי דירעקטאר, ווי נאר פאמפעא ווערט באשטעטיגט דורכ’ן סענאט פאר דער סעקרעטערי אוו סטעיט פאזיציע. מען האט באזונדער געהערט אז טראמפ קלערט ארויסצואווארפן זיין נאציאנאלן זיכערהייט ראטגעבער, עיטש אר מעקמעסטער, און נעמען דזשאן באלטאן, א רעיגען און בוש וועטעראן.