אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

מערקעל איינגעשוואוירן צו פרישן טערמין

בערלין – נעכטן איז דייטשלאנד’ס קאנצלערין, אנגעלע מערקעל, איינגעשוואוירן געווארן צו א פערטן, און ווארשיינליך לעצטן טערמין. מערקעל האט געקענט געווינען נאך א טערמין, נאכדעם וואס זי האט באוויזן צו דערגרייכן א קאאליציע אפמאך מיט די “עס-פי-די” סאציאלע דעמאקראטן פארטיי, אין וועלכע זיי האבן זיך צוזאמגעשטעלט מיט מערקעל און פארמירן א רעגירונג. דערמיט איז געקומען צו אן ענדע לאנגע מאנאטן פון דראמא און אומקלארקייט אין דייטשלאנד, ווען עס האט ביי איין פאזע אפילו אויסגעזען ווי מערקעל וועט מעגליך אפטרעטן, צוליב וואס זי האט נישט געקענט געהעריג צוזאמשטעלן א רעגירונג, נאכדעם וואס איר פארטיי האט געוואונען די וואלן פארלאפענעם סעפטעמבער, אבער האט נישט געהאט אליינס גענוג זיצן צו קענען דערקלערן א פולע מאיאריטעט רעגירונג.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.