ראמעניע – א מאדנער לעגאלער געפעכט קומט פאר אין בוקארעסט, ראמעניע, וואו א “טויטער” טענה’ט זיך מיט די לאקאלע אויטאריטעטן אז ער איז ווירקליך נישט טויט. די רעדע איז פון קאנסטאנטין רעליא, וועלכער האט די לעצטע צוואנציג יאר געארבעט אלס א קעכער אין טערקיי, און ער האט זיך מיט עטליכע וואכן צוריק אומגעקערט אהיים קיין ראמעניע, וואו ער האט געהערט אז זיין פאמיליע האט אים איינגעגעבן אפיציעל אלס טויט. עס עקזיסטירט א לעגאלע “טויט-שיין” דאקומענט מיט זיין אידענטיטעט, און דעריבער האט ער שוועריגקייטן צו קויפן א הויז, דינגען א קאר, און שוין אפגערעדט צו טרעפן א דזשאב. ער קלאגט אצינד אין געריכט, וואו ער וועט פרובירן איבערצוצייגן די אויטאריטעטן אז ער איז פולקאם ביים לעבן…
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
האלענדישע געזונטהייט מיניסטאר פאלט צוזאם אין פארלעמענט...
מונדירן-געקליידטער פילאט איז גאר א פיפיגער פאסאזשיר...
נאכן אורטייל פון 15 יאר טורמע: די שטויב איז געווען...
פארקינג-ספאט פארקויפט פאר נאנט צו א מיליאן דאלער אין...
האלאנד איז נישט צופרידן מיט איר נאמען, און איז גרייט...
דאנעלד טראמפ סטרוקטור צווישן פילע אביעקטן ביים לעגאו...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.