מאסקווע – צו קיינעמ’ס איבערראשונג, האט וולאדימיר פוטין נעכטן געוואונען ווידערוויילונג, פאר א פרישן טערמין אלס פרעזידענט פון רוסלאנד, באקומענדיג איבער זיבעציג פראצענט פון די אפגעגעבענע שטימען, און אצינד איז פארזיכערט אז ער וועט דינען נאך זעקס יאר אויפ’ן אמט.
כאטש ס’איז געווען א קלארער פאקט אז די וואלן אין רוסלאנד ווערן ענדערש דורכגעפירט אלס א סימבאלישער אקט פון “דעמאקראטיע”, וויבאלד דער פוטין רעזשים האט זיכער געמאכט אז קיין שום עכטער קעגנער זאל נישט לויפן, האבן פונדעסטוועגן מיליאנען רוסישע בירגער אנטיילגענומען.
ווי די “עקזיט פאול” ציילונגען האבן געצייגט נעכטן נאכמיטאג, האט פוטין באקומען ארום 73 פראצענט פון די שטימען. אקטיוויסטן וועלכע האבן באוויזן אריינצושמוגלען קאמערעס אין פילע וואל-ערטער זאגן, אז זיי האבן קלאר אבזערווירט מאסיווע וואל-שווינדלערייען דורך פוטין’ס אגענטן.