לאקאל און נאציאנאל

קאומאו וועט אויסשטיין פריימערי

ניו יארק – די ליבעראלע אקטיוויסטקע סינטיע ניקסאן האט נעכטן געמאלדן, אז זי וועט לויפן קעגן גאווערנאר קאומאו אין א דעמאקראטישע פריימערי אין סעפטעמבער, אוועקשטעלנדיג א פארמעסט אין ניו יארק וועלכע וועט אהערשטעלן דעם מער-ליבעראלן טייל פון דער דעמאקראטישער פארטיי, קעגן דעם טראדיציאנעלן עסטאבלישמענט טייל פון דער פארטיי. ניקסאן איז באקאנט מיט אירע שטארק-ליבעראלע שטעלונגען אויף פילע אישוס, און עס וועט זיין אינטערעסאנט מיטצוהאלטן וויאזוי עס וועט זיך אויסקאכן דער פארמעסט צווישן איר און קאומאו. א לעצטיגע אנקעטע צייגט אז קאומאו האט א מאסיווע אויבערהאנט פון 66 פראצענט קעגן 19 פראצענט ביי רעגיסטרירטע דעמאקראטן, אבער אין דער זעלבער צייט זאגן זעכציג פראצענט דעמאקראטן אז זיי זענען וויליג צו הערן איבער ניקסאן, און הערן אירע פארשלאגן און געדאנקען פאר דער סטעיט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.