אלגעמיינע און וועלטליכע נייעס

איינער טויט, אין א שיסעריי דורך א באוואפנטע סטודענט

איינער איז אומגעקומען און צוויי אנדערע זענען פארוואונדעט געווארן, אין א שיסעריי וואס איז פארגעקומען אין די גרעיט מילס היי סקול אין מערילענד.

די צוויי וואס זענען פארוואונדעט געווארן זענען 1) א סטודענט פון 14 יאר וואס איז געפונט זיך אין א סטאבילע צושטאנד, און 2) א סטודענט פון 16 יאר וואס געפונט זיך אין א מער קריטישן צושטאנד.

דער שיסער האט געשאסן אויף די פאליציי, און די פאליציי האבן צוריקגעשאסן אויף דעם שיסער, די פאליציי זענען זענען נישט פארוואונדעט געווארן אבער דער שיסער איז שפעטער דערקלערט געווארן טויט.

פאליציי ביים באוואכן דעם ארט נאך די שיסעריי.

 

סטודענטן האבן דערציילט פאר די מידיא אז זיי זענען שאקירט אז אזאנס האט געקענט פאסירן, “מיר האבן שוין געהאט אין אונזער שולע פראבעס וואס מען האט געמאכט אין פאל עס פאסירט אזא טראגעדיע, אבער קיינער האט זיך נישט געהאט געראכטן דערויף”

קאנטרי שעריף טים קמעראן האט געזאגט אז די שולע איז געווען אונטער לאקדאון, און איז געווען אפגעשפארט פאר א קורצע צייט. אזויפיל ווי 1,500סטודענטן וואס האבן זיך געפונען אין די שולע האט מען עוואקואירט צו אן אנדערע שולע אין די געגנט.

דער אינצידענט ווערט פאררעכנט אלס די זיבצינטער סקול שיסעריי אין דעם יאר אליין.

מערילענד גאווערנער האט געזאגט אין א סטעיטמענט אז מען גייט אנהייבן צו צושטעלן מער זיכערהייט אין די שולעס צו פארמיידן אזאלכע טראגעדיעס אין די צוקונפט.

איבערן שרייבער

משה ווייס

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.