טאיפעי – אלעקס וואנג, דער דעפיוטי געהילף סעקרעטערי אוו סטעיט פאר מזרח אזיע אנגעלעגנהייטן, האט נעכטן געלאנדעט אין טייוואן, פאר א דריי-טאגיקן באזוך, וואס איז באצייכנט ווי א שטארקע אנטוויקלונג אינעם אנגייענדיגן רייבעריי צווישן אמעריקע און כינע. די כינעזער ברויזן אז די טראמפ אדמיניסטראציע וויל נענטער ווערן מיט טייוואן’ס רעגירונג, וויבאלד כינע באטראכט טייוואן אלס בלויז א שטיקל פון כינע. למעשה האט פרעזידענט טראמפ אונטערגעשריבן דעם “טייוואן טראוועל אקט”, וועלכע קאנגרעס האט באשטעטיגט עטליכע וואכן צוריק, צו פארשטארקערן רייזעס פון רעגירונג באאמטע פון טייוואן און אמעריקע, צו באזוכן איינער דעם אנדערן’ס לענדער – אויפברויזנדיג כינע נאכמער.