טעקסאס – די דריי וואכן פון ערנסטע שרעק און אנגסט, אונטער וועלכע די איינוואוינער פון אוסטין, טעקסאס האבן געלעבט, איז נעכטן אינדערפרי געקומען צו אן ענדע, ווען מען האט געהערט אז דער פארשוין וועלכער איז פאראנטווארטליך געווען פאר’ן אונטערשטעלן די סעריע באמבע פעקלעך, איז באגאנגען זעלבסטמארד הארט איידער די פאליציי האבן אים געהאלטן ביים ארעסטירן.
דער פארשוין איז אידענטיפיצירט געווארן אלס 24 יעריגער מארק ענטאני קאנדיט, און די פאליציי האבן באוויזן צו דערגיין זיין אידענטיטעט דורך אן אומאויפגעריסענע באמבע וואס איז געפונען געווארן אין א פעדעקס צענטער, און קוקנדיג סורוועילענס קאמערעס פון יענעם צענטער, אינאיינעם מיט רעסיטס פאר פראדוקטן וואס זענען געליגן אין די באמבעס, זענען די אויטאריטעטן געקומען אויף די שפורן פון קאנדיט.
קאנדיט האט זיך דינסטאג נאכט אויסבאהאלטן אין א האטעל, און אינמיטן דער נאכט איז ער ארויסגעקומען און פרובירט צו אנטלויפן פון די פאליציי. עווענטועל האט ער אפגעשטעלט זיין קאר, און ווען די פאליציי זענען געקומען נאענט אים צו ארעסטירן, האט ער אויפגעריסן א באמבע און באגאנגען זעלבסטמארד. די פאליציי זאגן אז זיינע מאטיוון זענען דערווייל אומקלאר, און טראץ וואס ער האט איבערגעלאזט א ווידעא רעקארדירונג, זאגט ער נישט דארטן קיין סיבה פארוואס ער האט דורכגעפירט די אטאקעס.