ריאד – אין א טעלעפאנישן געשפרעך מיט’ן סאודיער קעניג סאלמאן, האט דער אמעריקאנער פרעזידענט טראמפ פארלאנגט, אז סאודי אראביע און אירע אראבישע שותפים זאלן וואס שנעלער ברענגען אן ענדע צום אנגייענדיגן קריזיס און געפעכט מיט קאטאר. סאודי אראביע, באכרעין, עגיפטן און די יונייטעד אראב עמירעיטס האבן מיט צען מאנאטן צוריק אפגעהאקט באציאונגען מיט קאטאר, מיט דער טענה אז קאטאר שטיצט טעראר, און צוליב דעם האבן די לענדער דערקלערט אן עקאנאמישע בלאקאדע אויף קאטאר, וועלכע האט געברענגט דעסטאביליזאציע אינעם גאנצן ראיאן. טראמפ האט אריגינעל געשטיצט סאודי אראביע’ס באשלוס, אבער אצינד, נאכ’ן זיצן מיט’ן קאטארישן עמיר אין ווייסן הויז, האט טראמפ טעלעפאנירט דעם סאודיער קעניג און פארלאנגט אן ענדע.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
קאראנע וויירוס דערגרייכט אנטארקטיקע טראץ שווערע...
כלל ישראל צעטרייסלט נאך שוידערליכע שיסעריי וואס קאסט...
“גרעסטע רויבעריי אין היסטאריע” פארגעקומען...
פארדאכטן אז כינע האט פרובירט צו מאניפולירן די...
זעלטענע ערד ציטערניש באטרעפט דרום-מזרח פראנקרייך
אמעריקאנע דערטרונקענעם סובמארין פון צווייטן וועלט קריג...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.