וואשינגטאן – די רעפובליקאנער-קאנטראלירטע קאנגרעס שפיאנאזש קאמיטע האט פרייטאג פובליצירט איר ענדגילטיגן באריכט נאך לאנגע מאנאטן פון אויספארשן די אישו פון רוסלאנד’ס שריט צו באאיינפלוסן די פרעזידענט וואלן אין יאר 16′, און דער באריכט קומט קלאר צום אויספיר אז די באשולדיגונגען פון “קאלוזשען”, אז דער טראמפ קאמפיין האט מיטגעארבעט מיט רוסלאנד, איז לעכערליך און עס זענען נישטא קיין באווייזן דערויף. אינעם באריכט טוט די קאנגרעסיאנאלע קאמיטע באשולדיגן די אמעריקאנער שפיאנאזש אגענטורן, אז זיי האבן נישט געהעריג גוט אנאליזירט רוסלאנד’ס שריט אין לויף פון די וואלן, זאגנדיג אז די שפיאנאזש אגענטורן זאגן אז רוסלאנד האט געוואלט העלפן טראמפ, ווען אין רעאליטעט האבן זיי נישט געוואלט העלפן טראמפ ספעציפיש, נאר האבן געוואלט אנדרייען כאאס.
אנדערע ארטיקלען וואס קענען אייך אינטערסירן
הרב הגאון ר’ שמואל קאמינעצקי שליט”א: שטימט...
ביידען האט אויפגעטריבן מער געלט אין סעפּטעמבער
דזשאו ביידען האט אפציעל אנאנסירט זיין קאנדידאטור פאר...
סעודי אראביע האט געהעקט די פריוואטע פאון פון דזשעף...
באריכט געבט אן: רוסלאנד האט געשיקט 2 עראפלאנען מיט 100...
מוללער אויספארשונג פארטיג – קיין באווייז אויף...
איבערן שרייבער
אידישער ווינקל
שרייבט א באמערקונג קענסל
This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.