ארטיקלען און געדאנקען

אינטערסאנטע געשיכטע איבער’ן ענין פון טשעפענען א צווייטן

עס איז געווען אמאל א אינגערמאן, וואס האט שוין געהאלטן 17 יאר נאך זיין חתונה אבער קיין קינדער האט ער ליידער נישט געהאט,
ער האט גע’טרעוועל’ט צו דאקטוירים איבער דער גארער וועלט.

ער האט כסדר געטראכט פון חברים אין ישיבה וועם ער האט מעגליך געטשעפעט און נישט איינמאל האט ער געמאכט טעלעפאן רופן צו אלטע חברים זיי צו איבערבעטן אזאך וואס יעדער האט פארשטאנען, און גערן מוחל געווען.

מאכט זיך אמאל, אז זיי זענען געגאנגען אנטיילנעמען ביי א שמחה פון איינער פון די קינדער וואס זענען געבוירן געווארן ווען זיי האבן חתונה געהאט.

עס האט שטארק וויי געטון פאר די ווייבל און זי האט נאך די שמחה פשוט אנגעהויבן וויינען ווי א קינד אויף איר טרויעריגער שיקזאל.

דער אינגערמאן האט דאן בארוהיגט זיין ווייב און געהאט א לענגערע שמועס מיט איר בעטנדיג זי זאל צוריקמישן אירע זכרונות און טראכטן אויב עס איז מעגליך אז זי האט אמאל וויי געטוען א צווייטן איד.

נאכן טראכטן א לענגערע צייט האט זי זיך דערמאנט אז די נאכט פון איר חתונה איז פארגעקימען אויך נאך א חתונה, פון א ספרדישער מיידל און צוליב ווייניג אינטערעסע אין די ספרדיש מיידל זענען צוואנציג פון צוויי און צוואנציג פריינדינעס געקומען צו איר חתונה, און נאר צוויי זענען געגאנגען צום אנדערן, אריינגערעכנט איין מיידל וואס איז געווען א קוזין…

זיי האבן זיך געלייגט שלאפן און ווי דער אינגערמאן שילדערט איז ער געגאנגען שלאפן מיט עפעס א באהאלטענע געפיל פון האפענונג.

ער האט געשפירט ווי זיין הארץ איז באפרייט געווארן פון א שווערן לאסט, דעם קומענדיגן אינדערפרי האט מען זיך גענומען צו דער שווערע מלאכה, לאזנדיג אין גאנג א מיסיע פון טרעפן דעם מיידל, זי האט גערופן פריינדינעס און געוואויר געווארן אז די מיידל וואוינט אין ארץ ישראל.

אן דאס מינדענסטע שפור האט מען זיך געלאזט צו פולע ארגענעזאציעס וואס באפאסן זיך מיט די סארט אינפארמאציע, מען האט נישט געלאזט קיין איין שטיינדל אומאיבערגעדרייט, ביזן רופן די אפציעלע אפיס פון די איזראעלישע “עליה” וואס פארמאגן ריזיגע אינפארמאציע דאטא, מיט דעטאלירטע איינצלהייטן איבער אלע מענטשן וואס מופן נאר אריין אין לאנד, און יא מען האט איהר אפגעפינען!

זי האט געלעבט באשיידן אין א פארווארפן ווינקל אין איינע פון די ישובים אין געגנט פון בית שמש.

די פייף אויפן טרייבל האט זיך געהערט ווי געווענליך אבער האט פאר די טרויעדיגע עקרה געמיינט גאר אסאך, אירע הענט האבן זיך געווארפן מחמת פחד, והנה זי הערט א רוהיגער העלאו…

יא, א גוטן! קומט איר אנטווארט איז דאס רחל, מיט וועם איך האב געלערנט פאר לאנגע יארן אין בנות רבות?

יא!, קומט די לאנגזאמער ענטפער פון אנדערן עק ווייער, ווער איז דאס?
זי אטעמט אריין און פרעגט צוריק… געדענקסט די זעלבע נאכט פון דיין חתונה — קינדערלעך זייטס שטיל איך קען גארנישט הערן!!! גיבט זי פליצום א רייס איבער די שמועס —
יא יא איך הער, איך געדענק שוין איינמאל די חתונה, עס האט פאר מיר געברענגט הארצווייטאג פאר לאנגע יארן.

אה, גוט, ווייל.. איר ווייסט אז איך האב נאכנישט קיין קינדער… ליידער און איך האב נעכטן געטראכט אז אפשר בין איך שולדיג אז דו האסט נישט געהאט קיין חבר’טעס ביי דיין שמחה…וואלטסט מיך מוחל געווען ביטע?

א קרעכץ הערט זיך, ווען רחל רופט זיך אהן זאלסטו וויסן אז יארן האב איך זיך געגעסן אויף דעם אבער האלטנדיג שוין ביי מיין זעקסטער קינד קע”ה קען איך נישט פארשטיין דיין גרויסער צער!..איך זעה נישט בכלל וואס עס האט מיט דיר אבער איך בין דיר מוחל במחילה גמירה!!!


מען שטייט נישט יעצט מער פון א יאר צייט און איך שטיי דא יעצט ביי די וואך נאכט פון מיין ערשטער קינד…

א גערירטער האט דער פאטער אויסגעפירט אט די ווערטער און א שטילע כליפעריי האט זיך געהערט פון ווייבער שול.

זיך נאכפרעגענדיג וואס עס גייט פאר, איז אריינגעקומען די ידיעה אז די ספרדישער פרוי האט ביים הערן די גוטע בשורה באשלאסן אז עס איז ווי אן אייגן קינד און זי וועט קומען צופליען צו די שמחה.

זי האט פונקט דאן אריינגעשפאנט און די נארוואס פרישע קימפעטארן איז צו איהר צוגעגאנגען זיך אויסדרוקנדיג מיט טרערן אין די אויגן, אדאנק פארן מיר מוחל זיין איהר זענט א צווייטע מאמע דא!

די קולות אין זאל האבן אויפגעוועקט דעם פיצל און א געוויין האט זיך געהערט אין זאל…

צוויי פרויען האבן זיך ספאנטאן אויפגעשטעלט און אנגעהויבן זיך פארענען מיטן קינד. סימן טוב ומזל טוב ומזל, האבן לעבעדיגע געזאנגען אויסגעבראכן אין זאל…

פון דניאל, געהערט מיט עטליכע יאר צוריק פון א פארלעסליכע מקור. 

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.