ארייפיר: די ווינטן שאקלען זיך, די פעלד איז פיל מיט פרוכטן. פרישע שיינע גלאנציגע מאראנצן, אלע קאלירן, אלע מאסן, אלע פארעמען. זיצט זיך איין מאראנץ. ער איז אביסל ווייניגער רונדעכיג ווי אלע ארום. ער באטראכט ווי מענטשן. עקספערטן, און פרוכט אגענטן קומען כסדר אויסקלויבן פרוכט. מען נעמט זיין רעכטע שכן, מען קלויבט זיין לינקע שכן. מען רייסט אראפ דער מאראנץ פארנט, און מען באוואונדערט דעם מאראנץ פון הינטן.
יעדן טאג פרישע סחורה, מ’באשטעלט, און מ’שיקט אפ. ער זיצט זיך אליין אויפן בוים. ער קוקט מיט האפענונג ווען עמיצער דערנענטערט זיך צו זיין בוים. ער גלוסט צו אויספירן זיין תכלית, ער וויל מ’זאל פון אים הנאה האבן. בלייבן הענגען אויפן צווייגל איז א אומבאקוועמע געפיל.אבער קיינער קימערט זיך נישט. דער מאראנץ ווערט ווערעמדיג, פארפוילט, ער פאלט אראפ, ער טרוקנט אויס, פארשלינגען אין דער ערד. קיין זכר פון זיין זיסקייט. זיין שאלאכטץ איז עדות אויף א געוועזענע זאך, עס לעבט נישט. ער איז נישט ווערד געווען, פארפאלן.
איך בין לעצטנס געווען באזוכן אין א ספעציעלע ישיבה אפטיילונג געווידמעט פאר ערוואקסענע בחורים איבער די צוואנציג.
עס דארף באטאנט ווערן, אז כאטש וואס אין אלגעמיין זענען מיר אלע פון איין ראסע, וואס דאס איז דער מענטשליכער ראסע, דער יומען ביאינג. דאך ווערט דער קאמפליצירטער מין, צעטיילט אין פארשידענע אפטיילונגען קאלירן, און פארשידנהייטן.
ביי אונזער היימישער קרעמל, אין די חרדי’שע געזעלשאפט ליידט מען אויך פון צעטיילן מענטשן לויט זייער סארט.
דער ‘אלטער בחור’ איז ביי אונז אין קרייז פארוואנדלט אלס א סארט פערזאן, מען באטראכט אים ווי ער זאל שפאצירן מיט הערנער און פליגלעך, אפטמאל קען מען זיי גאר אראפקוקן, און גרינגשעצן. די הארץ בלוטיגט, עס טוט וויי צוצוזען די מצב וואס מענטשן גייען אדורך. זיי זענען פונקט ווי יעדער, זיי וואקסן אויף אין געזעלשאפטן מיט פריינט, זיי לערנען אין ישיבות קטנות, זיי גייען אריבער אין ישיבות גדולות, און לעכצן פונקט ווי יעדער צו הערן אז מען טראגט פאר זיי אן א שידוך.
עס גייט נישט, עס קומט נישט, מען טראגט נישט, נאכנישט געקומען זייער זמן פון ווערן אויסגעלייזט, זיי ווערן גענוג צובראכן פון דאס וואס זיי זיצן און פעלד און מענטשן קלויבן אינגערע פרוכט, שענערע פרוכט, און אנדערע פרוכט.דער פעלד איז ענדלאז, עס זענען פאראן אזויפיל ביימער, אזויפיל צווייגן, אזויפיל פרוכט. א וועלט פון אויסוואל. זיי טוען מיט האפענונג אויפן מארגן, פארשטיין אז היינט איז נישט זייער טאג. אבער גענוג די צרה וואס זיי זענען נאכנישט פארהייראט, זיי דארפן גיין מיט ארויסשטארנדע קליידונג און סימנים וואס שיינען און בלינצלען פאר יעדן, “איך בין נאך א בחור”. דאס אליין איז פונקט גענוג, אלזא צו וואס פעלט אויס די איבריגע פיין.
ביי די 20 איז מען שוין אפגעוועטשט. קיינער זוכט דאס שוין נישט, מען זוכט מער רייפערע, מען איז אנגעוואפנט מיט א טוץ פארהאנדלונגען און משוגעת’ן ביים קלויבן, און ווי נאר ער איז א “אלטע בחור” טוט מען מיט א פארגרעסערונג גלאז קוקן אויף דעם אויסוואל, מען קוקט דאס ווי כאילו עס איז נישט פון זעלבן טייג ווי אנדערע.
היינט האבן זיך זאכן געטוישט אויף דאס מינדענסטע, אבער גענוג צו ווערן אינספירירט.
ווערנדיג ארומגעפירט אין איינע פון די ספעציעלע ישיבות פאר אינגע בחורים העכער די 20 וואס דערווייל האט זיי קיינער נישט געקליבן, בין איך געווארן ממש נתפעל און איבערראשט ביז צו א מאקסימום צוצוזען וואס עטליכע פשוט’ע מענטשן האבן באוויזן. עס איז צום באוואונדערן.
א רואיגע אטמאספערע איז עדות אויף די איידלקייט און באנעמונג פון די בחורים, עס שרייט פון אלע ווינקלען. עס איז א שטיק חידוש, א אינסטיטוציע אויפגעשטעלט און געגרונדעט, מיט קאפ און מח, צו געבן חיזוק פאר עלטערע בחורים. איך האב געהאט טרערן אין די אויגן. מיינע פריינט וואס וואוינען דארט מיט אזא צופרידנהייט, זיי ווארטן אויף זייער שידוך רואיגער, זיי ווייסן אז מען האט זיי ליב דארט, נישט אז מען וויל זיי זען ארויס ווי פריער חס ושלום.
א שטראם פון ליבשאפט לויפט אריבער אין די קארידארן, די בחורים לעבן דארט, שלאפן, לערנען, באקומען ידיעה, עסן, און פארברענגען, ספעציעלע רעדנערס, פראגראמען, און טאלאנטן ווערן געברענגט, מען נעמט ארויס די מאקסימום פון די בחורים, וועמען עס קומט זיך אויך קלאר א שאנס צו הנאה האבן פון זייער לעבן.
וואס זיכער, אז אויב קריטיק איז וויכטיג ווען עפעס פעלט, אדער איז נישט גוט אוועקגעשטעלט, איז ארויסהייבן זאכן וואס ווערן יא גוט איינגעפירט נאך וויכטיגער. אוןעס קומט זיך ענדלאזע קרעדיט פאר די מענטשן וואס האבן געטוישט און געראטעוועט א סיטואציע, מיט שפייען בלוט, און דורכגיין שווערע ארבעט. שכח אייך אין נאמען פון מענטשן וואס רעספעקטירן אייער ארבעט.