מיט פארגעניגן האבן מוזיק ליבהאבער אויפגענומען די “מתנה” וואס דער טאלאנטפולער פאפולערער זינגער ר’ מנחם מאשקאוויטש האט ארויסגעגעבן נאך אזויפיל יאר, פון ווארטן דערויף. מנחם איז א באקאנטע פיגור אין די וועלט פון נגינה, זינגענדיג ביי חתונות און אוונטן, ברענגענדיג טויזענטער שעות פון פארגעניגן, אין צייטן פון פרייד. מיר פארבינדן זיך מיט ר’ מנחם, צו הערן איבער זיין נייע אלבוים, און איבער זיין קאריערע.
אידישער ווינקל: ביטע שטעלט אייך פאר פארן ציבור, און דערציילט איבער די אנהויב פון אייער נגינה קאריערע.
מנחם: מיין קאריערע מיט זינגען פאר פרנסה האט זיך אנגעהויבן 11 יאר צוריק, איך פלעג זינגען אלס קינד אויף סידי’ס ווי למשל “שמחתי” פון משה גאלדמאן, און ביי טישן אין סאטמאר (ביים ברך משה זצ”ל) די ערשטע מאל וואס איך האב געזינגען אפציעל איז געווען אלס בחור ווען איך האב געזינגען ביי א חבר’ס חתונה.
אידישער ווינקל: לאמיר גיין צום אלבוים, וויפיל יאר ארבעט איר שוין דערויף?
מנחם: צווישן 2 און 3 יאר. בערך דריי יאר צוריק האב איך געהאט די ערשטע זיצונג איבער דעם אלבוים מיט מיין פראדוצירער ‘צבי בלומענפעלד‘, אבער די “העווי ווארק” איז געווען אביסל מער ווי צוויי יאר.
אידישער ווינקל: פארוואס פונקט יעצט, אויב זענט איר שוין אין דעם ליין 11 יאר?
מנחם: די אורזאך איז, ווייל איך בין א גרויסע פערפעקשאניסט אין מוזיק, און איך קען נישט דולדן קיין פאלשע מוזיק, און אנדערע ווערטער אז איך האב געוואלט ארויסגעבן א סידי האט עס געמיינט גאר גרויסע געלטער, איז אבער צבי בלומענפעלד געקומען צו מיר מיט ארום 3 יאר צוריק ווען ער האט געעפענט זיין אייגענע סטודיא מיט א פינאנציעלע פלאן אז ס’זאל זיין הדבר השוה לכל, האט עס מיר געשטופט זיך אריינצולייגן דערין, און ב”ה מ’האלט דא.
אידישער ווינקל: אלזא זייענדיג א פערפעקשעניסט אין מוזיק, נישט ארןיסגעבנדיג א סידי דערפאר. האסטו טאקע ערפולט דיין ציל? איז אלעס פערפעקט ווי געפלאנט, אדער האסט געמוזט פארקוקן אויף עטליכע קלייניגקייטן?
מנחם: איך שפיר זייער שטארק אז יא, דערפאר בין איך שוין אינדרויסן, עס איז נישט ממש אז די סידי איז אויסגעפלאנט פון בעפאר און פערפעקט באדייט אז אזוי איז עס אויסגעקומען, א סידי איז א שווערע סטראגל, א וועג דורכצופארן, אמאל פארט מען אראפ, און אמאל פארט מען ארויף, מען ווערט איבערראשט פון זאכן וואס קומען אונטער, און מען שטייט פאר שווערע דילעמאס און באשלוסן, עס איז שווער, אבער אין די ענדע לוינט זיך עס. ב”ה די פידבעק איז עדות אויף א אלבוים וואס איז פערפעקט.אידישער ווינקל: האט זיך געמאכט צייטן ווען דו האסט געטראכט אז דו גיבסט אויף און קומסט נישט ארויס מיט די סידי צוליב סיי וועלכע אורזאך?
מנחם: א אלבוים איז א שווערע זאך, עס מוטשעט אויס, אבער ממש אפמאכן אז איך געב אויף, דאס האב איך נישט געהאט. איינמאל מען לייגט אריין כוחות אין א זאך, און וויפיל מער צייט מען לייגט אריין דערין גיבט זיך עס נישט אזוי שנעל אויף. איך האב געהאט צייטן מיט שוועריגקייטן וואס האבן געקענט אראפשטאטערן די פראדוקציע, און מענטשן זאלן דאס טאקע וויסן, מ’דארף מכיר טוב זיין סידי ארויסגעבער…
אידישער ווינקל: האט איר געזינגען אויף אנדערע סידי’ס?
ר’ מנחם: יא, איך האב שוין ארויסגעגעבן א קאלעקשאן סידי מיט נפתלי משה שניטצלער בערך 7 יאר צוריק, דא דארט האב איך אריינגעזינגען אבער קיינמאל נישט געארבעט אויף א אייגענע
אידישער ווינקל: וויפיל טרעקס איז דא אויפן אלבוים?
מנחם: 12
אידישער ווינקל: אויף סאושל מידיא איז ארומגעפארן די באקאנטע צוועלף-טאגיגע ווידיאו’ס איבער די סידי. ווער איז אויפגעקומען מיט דעם געדאנק?
ר’ מנחם: די מעשה מיט דעם איז אז אונז האמיר אויפגענומען א מארקעטינג פירמע, געשטעלט אויף צו באארבעטן די פי-אר פאר דעם סידי, מאכן די קאווער, און אלעס ארום, אבער דאס איז זייער אינטערעסאנט געווען, ווייל ס’איז נישט געווען געפלאנט פון פאראויס, נאר א אינגערמאן איז צוגעקומען צי מיר ביי א חתונה, און ער זאגט מיר “ווייסט מנחם, קענסט מאכן א שמועס מיט אלע קאמפאוזער”ס פון די ניגונים… ער האט דאן פארגעשטעלט דעם געדאנק, עס איז אונז זייער געפאלן, אז מען קען עס צוזאמשטעלן מיט די פריוויו, און צייגן ווי מען צינדט אן א ניגון פאר א זינגער, קאמפאוזער אדער ארעינזשער, און מ’הערט וואס ער האט צו זאגן. זיצנדיג מיט יואלי הורוויץ האט מען געמאכט א שטיקל ווידעאו און מ’האט עס ארומגעשיקט, נישט וויסנדיג ווי ווייט עס וועט דערגרייכן, ב”ה דער אפקלאנג איז געווען געוואלדיג, האט מען עס געמאכט אלס א טעגליכע זאך און דער עולם האט עס געגליכן.
אידישער ווינקל: איז ביי אייך געווען א לכתחילה צו נעמען א ניגון וואס איז שוין באקאנט ווי למשל דערצווייטער טרעק “מרחוק” פארפאסט דורך ר’ משולם גרינבערגער?מנחם: דער אמת איז ס’איז נישט געווען א לכתחילה ~ וואס הגם גענוג ניגונים זענען שוין געווען ממש אויפגעכאפט ווי צום ביישפיל די ניגונים פון “ידעתי“, “אני ישנה“, “זכור אהבת“, און דאך איז עס געווארן ארויפגעלייגט אויף אלבוימס ~ וויבאלד די ניגון האט ממש גערעדט צו מיין הארץ, און וויבאלד ס’איז נישט געווארן אויפגעכאפט האב איך עס גענומען, און ב”ה די פידבעק אויף די ניגון וואלט איך געזאגט איז נאך די שטערקסטע פון אלע.