פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ, סקאנדאלן? נישט דא קיין צייט דערפאר!

פרעזידענט טראמפ ניצט גוט אויס די כאאס וואס ער אליין טוט פאבריצירן. ער גיבט אפילו נישט קיין געלעגענהייט פאר די מידיא און זיינע פאליטישער געגנער צו פארדינען פון די אלע סקאנדאלן, ווייל ס’פשוט און גראד נישט דא קיין צייט צו דאס אויפשפילן און אויפקאכן, ווייל מארגן – אדער אסאך מאל נאר עטליכע שעה דערנאך – קומט ארויף א פרישע סקאנדאל וואס איז כאטש אזוי גרויס אדער אפילו גרעסער פון די פריעדיגע.

פונקט ווי א טישטעך וואס די פלעק זעהט זיך בעסער אן אין א ווייסע טישטעך, כדי א סקאנדאל זאל האבן א שעדליכער ווירקונג אויף א פרעזידענטשאפט, דארף דאס זיין א סורפרייז, א חידוש, און נאר דעמאלט וועט די מידיא קענען רעדן און פילעווען דערפון פאר לאנגע וואכן און חדשים, און די פאליטישער געגנער הערן נישט צו רעדן און אויפבלאזן די ‘גרויסקייט און הארבקייט’ פון די עוולה.

געווענליכע פרעזידענטן פראבירן דאס מערסטע וואס איז שייך צו פארמיידן סקאנדאלן ווי ווייט מעגליך, ממילא ווען ס’קומט ארויס א סקאנדאל, נעמט דאס איבער די נייעס פאר וואכן און חדשים, און דאס ברענגט צו אז ס’גייט אריין טיף און די מוח’ס פון אלע מענטשן, און דאס פלעק ווערט אריין געביגעלט די אין די העמד און קומט קיינמאל נישט ארויס.

ווען אפילו נאר “איין” פון די אלע סקאנדאלן וואס האט פאסירט מיט טראמפ זייט זיין איינשווערונג וואלט פאסירט צו אן אנדערע פרעזידענט אדער נאציאנאלע פאליטישע פיגור, וואלט דאס געווען ריזיגע נייעס, און געווארן דורך געקאכט איבער געקייקט אין די מידיא פאר חדשים און יארן דערויף און אזוי איהם אפגעפלעקט מיט דעם אויף אייביג. אבער מיט טראמפ איז ממש פארקערט, קיינער געדענקט ניטאמאל די נעכטיגע סקאנדאל, ווייל היינט איז שוין א פרישערע און געשמאקערע, ממילא האט קיין איין סקאנדאל נישט די געלעגענהייט צו אמת’דיג מאכן א בלייביגע פלעק וואס וועט איהם ברענגען פאליטישער שאדן.

עס מאכט קיין נפקא מינא נישט צו די “סקאנדאלן” זענען בכוונה אזוי אויסגעשטעלט צו האבן די דערמאנטע רעזולטאטן, צו איז דאס באמת נישט געפּלאַנטע דורכפעלער נאר א תוצאה פון זיין געפערליכער אומערפארונג און רעגירונג’ס פירערשאפט, די מציאות איז די רעזולטאטן זענען די זעלבע. טראמפ האט פשוט אזויפיל סקאנדאלן, אז דער עולם ווערט שנעל נמאס פון די טעגליכע “גערודער”, מ’געוויינט זיך איין צום נייעם “נארמאל” און מ’פארלירט אינטערעסע אין די גאנצער ענין. ס’איז מער קיין “נייעס” נישט, ס’פשוט “נערמאל טראמפ”.

אויב די רעפובליקאנער זענען קליג, ניצן זיי שנעל אויס די געלעגענהייט און מאכן יעצט שנעל די אלע נישט-פאפולער טוישן וואס זיי ווילן שוין פון לאנג דורכפירן, נאר האבן מורה געהאט פון די נעגעטיווע מידיא דעקונג וואס גייט אנגערייצט ווערן אויף זיי. אין די וואכן קען מען זיך פארלאזן מיט א זיכערקייט אז טראמפ וועט שוין מאכן זיכער די דעקלעך פון אלע צייטונגען וועלן זיין פארפלייצט מיט זיין “סקאנדאל פונעם טאג”.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

באמערקונגען

  • אין סקאנדאלן: אריבערפארן צו אנדערע סקאנדאלן-טוישן סקאנדאלן-מדיא דעקונג;
    איז טראמפ דער אויסשליסליכן מומחה
    לדעתי דארף ער עפענען א נייעס קאנאל ווי איידער זיין פרעזידענט

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.