דער באקאנטער ביזנעסמאן, “קעווען אלערי”, פון די שארקטענק פראגראם, האט היינט ארויסגעשיקט א טוויט אויף זיין טוויטער בלאט. ווי פאלגנד: ס’איז אפציעל, איך גיי דערפאר! די קאנסערוואטיווע פארטיי אין קאנאדע, דארף האבן א פאסיגע קאנדידאט וואס קען זיך שטארקן איבער ‘דזשוסטין טרודאו’ (דער קאנאדישער פרעמיער מיניסטער) און צוריקברענגען דזשאבס אין קאנאדע.
אלערי, איז א קאנאדיש אפשטאמיגער וואס איז געבוירן אין קאנאדע, זיין גוטע חוש צו האנדל האט אים ארויפגעברענגט צו ווערן איינס פון די שטארקסטע ביזנעסלייט ארום דער וועלט, מיט א מיינונג וואס מען רעכנט זיך דערמיט. ער האט געגרונדעט א פירמע וואס האט זיך פארקויפט פאר 4 ביליאן דאלער, און איז געווארן אויפגענומען דורך 2 ביזנעס פראגראמען, וואס געבן אנווייזונגען פאר אינגע מענטשן וואס עפענען ביזנעסער. צו זיין איינער פון די באטייליגטע אינעם פראגראם, נעמליך ‘שארקטענק’, אמעריקאנער ביזנעס שוי, און א קאנאדישע פראגראם, ‘דרעגאן-דען’, ווי די מענטשן קענען באקומען געלט אלס אויסטויש פאר קליינע שותפות’ער אין זייערע פירמעס אדער פראדוקטן, באקומענדיג א מיליאנער צו די זייט, וואס וועט העלפן דעם ביזנעס וואקסן.
אלערי, רופט זיך “מיסטער וואונדערליך”, און ווערט אנגעקוקט אלס דער מערסט אמת’ער מענטש ווען עס קומט צו ביזנעס, אריינזאגנדיג פאר די מענטשן וואס עס ליגט אים אויפן צינג, אפטמאל צופלאצנדיג באלונען, און פאנטאזיעס פון בעלי חלומות, וועם נאר קעווין אלערי קען שטעלן אויפן פלאץ…
זיינע ביזנעס געדאנקען ווערן שטארק אנגענומען, און די נייעס איבער זיין מעגליכע קאנדידאטור אינעם קאנאדישע פארליאמענט האט אויפגעשאקלט די קאנאדישע מידיא.
עס איז אינטערסאנט צו זען זיין באשלוס, סטראטעגיע, און צו ער וועט דאס פאקטיש אויספירן. ער וואוינט אין אמעריקא, צי וועט ער זיך אוועקציען? בלייבט איבער צו זען.
דאס קומט אין א צייט וואס א צווייטע ביזנעסמאן האט מצליח געווען צו טרעפן זיין וועג אין ווייסן הויז, נעמליך דאנעלד טראמפ, און אלערי איז מעגליך געווארן אינספירירט צו נאכטון דאס זעלביגע. אלערי קען נוצן די סלאגאן, מאך קאנאדע גוט נאכאמאל…