פאליטישע נייעס און ארטיקלען

טראמפ’ס געשלעגעריי מיט די מענסטרים מידיא, און זיין בלינדע ליבשאפט צו רוסלאנד’ס פוטין

מען האלט שוין נאכן איינשווערן טראמפ, און עס טוט זיך אויף טישן און בענק.

די מידיא דעקט אויף זאכן, טראמפ לייקנט, און עס איז דא א שטארקע צעמישעניש, מען ווייסט נישט וועם צו גלייבן, עס זענען דא די מענטשן וואס גלייבן יעדעס ווארט וואס קומט ארויס פון טראמפ’ס מויל אין די זעלבע זאך פארקערט, מענטשן וואס גלייבן אלעס וואס די מידיא פארקויפט, אבער רוב מענטשן ווייסן באמת נישט וואס צו טראכטן. אלזא איך וועל פרובירן אויסצושמועסן די זאך.

ס’איז באקאנט אז טראמפ נוצט זייער אסאך זיין טוויטער אקאונט, טאקע ווייל ער וויל אויסקרויזן די מידיא, און רעדן דירעקט צום אמעריקאנער פאלק.

אגב מען רעדט דא פונעם זעלבן אמעריקאנער פאלק וואס האבן מיט א איבערוויגענדע מערהייט – אין א לעצטערע אומפארטייאישע אנעקעטע פון קוויניפעק – געזאגט אז זיי ווילן אז טראמפ זאל אויפגעבן זיין טוויטער אקאונט ווילאנג ער איז פרעזידענט, אבער טראמפ טוט דאך וואס ער וויל, און פרעגט קיינעם נישט וואס צו טון, איז לאמיר קודם אויסשמועסן אפאר זאכן.

וואס איז די דזשאב פון די מידיא? ס’איז קלאר אז באריכטן נייעס און אויפדעקן זאכן וואס דער פובליק ווייסט נאך נישט. און נישט נעמענדיג קיין שטעלונג אין די נושא וואס זיי באריכטן. (דאס איז די דזשאב פון די קאמענטאטער וואס יעדע מידיא ארגענעזאציע האט, וואס זיי זאגן מיינונגען אויף די נייעס) אבער ביי טראמפ זעט אויס, ארבייט עס נישט אזוי, נאר פארקערט, טראמפ הערט נישט אויף צו באשולדיגן די מידיא, און אסאך מאל מיט רעכט, אז די מידיא איז איינזייטיג קעגן אים, איז לאמיר אנאליזירן די זעלטענע פענאמענאן וואס מען זעט דא. א פרעזידענט – עלעקט וואס איז דער דע-פאקטא פירער פון די גאנצע וועלט, קריגט זיך ארום מיט די מידיא ווי א קליין אינגל, איי קען זיין זיי באשמוצן אים, אבער לאמיר נישט פארגעסן דאס איז די דזשאב פון די מידיא.

לעצטנס איז ארויס געקומען, אז רוסלאנד האט שטארקע פארשעמנדע אינפארמאציע אויף טראמפ וואס טאמער טראמפ זאל נישט מיטשפילן מיט זייער אגענדע, וועלן זיי עס ארויסלאזן און עס וועט זיין בישות.

באזפי”ד א אינטערנאציאנאלע נייעס ארגענעזאציע, האט עס די ערשטע ארויס געלאזט, אין סי-ען-ען האט נאכגעפאלגט, סי-ען-ען האט שוין די אינפארמאציע פון פאריגע זומער אין זיי האבן עס נישט פארענפליכט ביז זיי האבן נישט גערעדט צו דעם בריטישן אויספארשער, וואס האט געגעבן די אינפארמאציע פאר די אמעריקאנע אינטעלידזשענט”ס אגענטורן, וואס ווי פריער געשמועסט איז דאס די פליכט פון די מידיא צו אויפדעקן זאכן פארן פובליק. איז טראמפ געגאנגען און ארויסגעשיקט עטליכע ווילדע טוויטס קעגן זיי.

טראמפ שרייט ‘פאלשע נייעס’ אבער לאמיר זיך נאר געבן א דערמאן וואס עס איז געווען ביים קאמפיין ווי רוסלאנד האט אנגעדרייט א געוואלד מיט פאלשע נייעס קעגן ‘הילערי קלינטאן’ וואס יעדער אינעם טראמפ קאמפיין האט געוואוסט אז עס איז פאלש, דעמאלטס האט מען אים נישט געזען שרייען ‘פאלשע נייעס’. ספעציעל ווען ברעט בריער פון פאקס – וואס טייל דארט, זענען ממש בלינד פאר טראמפ – האט געמאכט א דראמאטישע מעלדונג א וואך פאר די וואלן אז לויט זיינע קוועלער, וואס ער האט ביי די FBI האלט מען אינמיטן א ערנסטע אויספארשונג אויף די קלינטאן פאנדעישן, אויף אזוי ווייט “אז מען גייט ממש ברענגן קלאגעס קעגן איר, אדער גאר ארעסטירן” האט טראמפ’ס פראפעגאנדע מיניסטארשע קעליען קאנוועי געזאגט – נאכדעם וואס ס’האט פאר ברעט שיעור געקאסט דעם בענקל ביי פאקס, און נאכדעם וואס ער האט זיך בבושת פנים געדארפט אנטשולדיגן אז ער האט פארקויפט ליגנט פאר זיינע מיליאנען צוקוקער – “די שאדן איז שוין אפגעטון און הילערי טראסקעט אין די אנעקעטעס, אדאנק דעם פאלשן נייעס באריכט…” מען האט דאן נישט געזען הילערי שיסן מיט טוויטס, און איר אויך נישט געזען שרייען אז די עלעקשען איז ריגגט, און נאר דער געווינער טראמפ האט עס געשריגן, אפשר טאקע ווייל ער האט געוואוסט אז מיט די הילף פון זיינע רוסישע פריינט, ווערט די עלעקשען געריגגט קעגן איינעם אנדערש, אבער דא ווען די שפיאנאזש אגענטורן האבן באשטעטיגט אז יש דברים בגו, און רוסלאנד קען האבן גאר פארשעמנדע אינפארמאציע אויף טראמפ, און סי-ען-ען שוין נאכן פערזענליך קאנפירמירן די זאך, וואגן זיך עס צו פארעפנטליכן דעמאלטס איז עס פאלשע נייעס.

די זעלבע זאך קען מען זאגן וועגן פאקס נייעס, ביל אריילי זייער גרעסטער שטערן, האט געזאגט ביי זיין פאפולערע טאלק-שאו אז פאקס נייעס האט שוין געהאט די אלע אינפארמאציע זייט פאריגע זומער נאר זיי האבן עס נישט פארענפליכט ווייל פאקס האט א פאלעסי נישט צו פארענפליכן זאכן וואס זענען נישט באשטעטיגט, זעט אויס ער האט שוין פארגעסן וואס זיין קאלעגע ברעט האט געטון.

דאס איז זיכער ביי אבאמא, וויפיל פאקס האט אים פרובירט אונטער צו ברענגען און פארשפרייט פאלשע נייעס אים צו שאדן מאכן, האט ער זיי קיינמאל נישט צוריק געטשעפעט, ווייל ער האט געוואוסט וואס די אמעריקאנער פאלק וויל זען ביי זייער פרעזידענט,
אבער טראמפ גייט עס נישט אן פונקט ווי אלע אנדערע זאכן וואס ער האט געטון אנדערש, און עס האט אים נישט געשאדט.קומט ארויס א אנקעטע אז טראמפ גייט אריין אין אפיס מיט די נידריגסטע אפפראוועל רעטינג פון סיי וועלכע פרעזידענט אין היסטאריע, געט ער זיך מיט דעם אויך אן עצה מ’שיקט ארויס א טוויט אז סאיז די זעלבע קארופטירטע מידיא וואס האט נישט פאראויסגעזאגט אז ער גייט געווינען אין פארטיג, אויס אנעקעטע! האפנטליך ווען טראמפ וועט אריין גיין אין אוועל אפיס וועט ער שוין פארשטיין אז זיין קלענסטע פראבלעם איז די מידיא, ס’איז דא אסאך גרעסערע פראבלעמען אויף דער וועלט.

איבערן שרייבער

אידישער ווינקל

באמערקונגען

  • עס איז דא אזא מושג וואס הייסט שפילן פאליטיק

    איך האב אמאל געהערט פוטן הערשל פריעדמאן אז ווען א פאליטיקאנט גייט צי צום מייקראפאן: רעדט ער נאך נישט קיין ליגנט
    ווען ער מאכט גוט זיין שניפסל רעדט ער נאך אלץ נישט קיין ליגנט
    ווען ער הייבט אן צו רעדן דעמאלץ רעדט ער ליגנט!!!

    עס איז איז נישט דא אזא מושג אן גראדער פאליטישאן דהיינו: נישט קיין ליגנער
    יעדער פאליטישאן דארף קענען שפילן פאליטיק ביז היינט האבן די פאליטישאנ’ס געוויזן א שיינע פנים פון אינדרויסן
    פאליטיקל קארעקט טראץ וואס זיי זענען געווען פאדארבן פון אינעווייניג

    קלינטאן ווי יעדער ווייסט איז די גרעסטע סעמפל דערפאר
    נישט אומזוסט האט טראמפ איהר געגעבן א צונאמען: “קרוקעד הילערי”
    קלינטאן רעדט שיין אריסטקראטיש מיט א שיינע שמייכל וכו’
    די פאלק קען עס מער נישט פארלאדן זיי ווילן זעהן איינעם וואס זאגט וואס ער טראכט
    טראץ וואס עס איז נישט דיפלאמאטיש

    רעד זיך נישט אז סי.ען.ען איז בעסער פון פאקס ניוס
    זיי דרייען די זעלבע
    נישט איין מאל און נישט צוויי מאל איז געווען און די נייעס אז צייטונג שרייבער פון cnn
    האבן רעזעגנירט צוליב פעיק ניוס

    די וועלט היינט איז קארופטירט יעדער איינער זאגט נישט די גאנצע אמת מען פוצט צו
    ווען טראמפ שרייט פעיק ניוס: אויב ער איז גערעכט
    זיכער אז ניין
    אבער ביטע שרייב מיר נישט אין ארטיקל אז ער זיך סותר וויבאלד עס איז נישט דא קיין פאליטישאן וואס שפילט נישט פאליטיק
    און כל שכן קלינטאן!

    נאר אלע פארדעקן עס מיט שיינע ווערטער
    אונטערשטע שורא איז אז טראמפ האט איין עבירה : נישט דיפלאמאטיש-פרעך
    אקעי מען קען דערליידן א פרעכן פרעזידענט [אדער איז עס גאר בעסער!!!]
    אבער א פרעזידענט מיט ליבעראלע אנשויאנגען קען איך נישט דערליידן
    און אויך האלט איך אז דער פרעזידענט פון אמעריקע דארף זיין א מאנס’פערזאן
    אויב טראמפ איז גוט?
    ניין

    אבער סאך בעסער ווי קלינטאן!!!
    הצלחה רבה

  • ארטיקלען אונטערן “אידישער ווינקל” נאמען זענען געווענליך אריינגעשיקט דורך אונזערע ליינער, איז יעדער מעג האבן זיין מיינונג, עס זאל נאר נישט אויסקוקן ווי מיר נעמען א שטעלע.

    בכל אופן, שלום עליכם צו אונזער נייע וועבזייטל, מיר זענען נאך אין די פאזע פון בויען די סייט, און דאך האט שוין אראפגעלאנדעט דא א פאליטישער קענער, יהא בואכם לברכה, עס קוקט אויס ווי דו האסט גאר א גוטן פעדער, וועלן מיר ווארטן צו הערן נאך. מאכט אייך באקוועם דא, און אדאנק פארן זיך אויפסיינען.

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.