אזעלכע תורה’ס און טעאריעס זענען נישט קיין חידוש. עס זענען אלץ געווען און עס וועלן אייביג זיין מענטשן וואס גלייבן אין יעדער באבע-מעשה און וואס זוכן איפכא-מסתברא הסברים אויף יעדער זאך און געשעעניש אויף דער וועלט. דא איז עס אבער אביסל אנדערש. די צאל מענטשן וואס טראכטן, אז אמעריקע ריקט זיך אלץ נאענטער צו פארלירן איר דעמאקראטישן אויסזען, האלט אין איין וואקסן. נישט יעדער האלט ממש דאס, אז אבאמא האט עפעס באהאלטענע פלענער. ס’זענען פאראן אזעלכע וואס זאגן, אז זיי גלייבן נישט אז אבאמא פלאנט אזא זאך בקום ועשה. זיי זאגן אבער, אז ס’געשעט פון זיך אליין.
באלד נאך די 9-11 אטאקעס, האט די רעגירונג איינגעפירט א ריי נייע געזעצן, וואס זענען געמאכט געווארן מיט’ן ציל צו פארהיטן קעגן צוקונפטיגע טעראר-אטאקעס. די רעגירונג אונטער פרעזידענט דזשארדזש בוש האט א סך לויזער געמאכט די געזעצן לגבי ארעסטירן און אויספארשן פארדעכטיגטע טעראריסטן. ווי ס’האט זיך שפעטער ארויסגעשטעלט, האט די פעדעראלע רעגירונג איבער’ן לאנד און אויך אין אויסלאנד געעפנט עטליכע געהיימע תפיסות און לאגערס, וואו מען האט געהאלטן און אויסגעפארשט מענטשן אויף וועמען ס’איז געפאלן א פארדאכט אז זיי זענען פארמישט אין פלענער דורכצופירן טעראר-אטאקעס איבער אמעריקע. אבער ס’איז נישט סתם אזוי אז זיי זענען דארט געהאלטן געווארן; זיי זענען דארט געווען אן דעם וואס עמיצער זאל דערפון וויסן, און אן דעם וואס עמיצער זאל וויסן אז יענער לאגער עקזיסטירט בכלל. שפעטער האבן אנגעהויבן ארויסרינען ידיעות וועגן פייניגונגען וואס די פעדעראלע רעגירונג האט געלאזט דורכפירן אויף די ארעסטאנטן.
טענות קעגן אזא ווירטשאפט האבן זיך אנגעהויבן הערן באלד ווען די ערשטע שמועות האבן זיך אנגעהויבן הערן. עס זענען אבער געווען א סך מענטשן וואס האבן גע’טענה’ט, אז הגם אזא סיסטעם איז בעצם שלעכט, איז אבער נישט אלעמאל דא א ברירה. 9-11 האט געוויזן אויף וואס די טעראריסטן זענען אומשטאנד; די רעגירונגס שפיאנזש-אגענטורן האבן אינפארמאציע, אז גרויסצוגיגע טעראר-פלענער קעגן אמעריקע האלטן אין איין געמאכט ווערן. אויב איז מעגליך צו צעשטערן אזעלכע פלענער מיט אזעלכע נישט-דעמאקראטישע מיטלען, מוז מען עס טאן.
ס’איז אבער דורכגעגאנגען מער צייט און מענטשן האבן זיך אנגעהויבן כאפן, אז דער סיסטעם פון פארכאפן פארדעכטיגטע און זיי אוועקפירן צו באהאלטענע, אומבאוואוסטע פלעצער, וואו זיי ווערן געהאלטן אן קיין משפט און דערצו נאך געפייניגט ווערט פון א צייטווייליגן איינשטעל צוביסלעך פארוואנדלט אין א פאקט. ס’איז נישט געווען קיין איינמאליגע געשעעניש, אין וועלכער די רעגירונג האט צייטווייליג פארקוקט אויפ’ן געזעץ, נאר האט אנגעהויבן פראקטיצירט ווערן אויף א רעגלמעסיגן פארנעם.
איינע פון די אגענטורן וואס זענען געגרינדעט געווארן אדאנק 9-11 איז די “היימלאנד-זיכערהייט” (Department Of Homeland Security). דער ציל מיט דעם אגענטור איז אנגעבליך געווען ענליך צו דעם וואס די עף-בי-איי טוט, נאר ספעציפיש געצילט לגבי טעראר און טעראריסטן. דער היימלאנד-זיכערהייט דעפארטמענט איז זיך אין משך פון די לעצטע עטליכע יאר צעוואקסן אויף גאר א גרויסן פארנעם. מיט א בודזשעט פון ביליאנען דאלארס און צענדליגער טויזנטער אנגעשטעלטע, האט דער דעפארטמענט לעצטנס אנגעהויבן זיך אויסשטאטן מיט אן אייגענער מיני-ארמיי, וואס איז באוואפנט און טרענירט ממש ווי גרייט צו א מלחמה.
מענטשן האבן אנגעהויבן פרעגן קשיות. וואס איז פשט: פארוואס נויטיגט זיך דער היימלאנד-זיכערהייט דעפארטמענט אין אן אייגענעם כמו-מיליטערישן כוח? פארוואס דארף זי טאנקען, דראָונס, און אנדערערליי געווער, וואס ווערן געווענליך באנוצט אין א מלחמה? שפעקולאציעס און שמועות האבן אנגעהויבן קורסירן איבער’ן אינטערנעט, אז די היימלאנד-זיכערהייט “מיליטער” איז געמאכט מיט’ן ציל צו אונטערדריקן פראטעסטן און דעמאנסטראציעס. דאס הייסט, מחמת איזה סיבה שהיא, האט די רעגירונג באקומען א פחד אז עפעס וועט פאסירן וואס וועט ארויסרופן א צארן ביי דער עפנטליכקייט, וואס וועט זיך לאזן פראטעסטירן אין די גאסן, און די רעגירונג גרייט זיך צו צו האנדלען דערמיט כמו שכתוב.
נישט לאנג צוריק איז געקומען די נייעס מיט די ען-עס-עי שפינאזש-אקטיוויטעטן, אז די רעגירונג האט די מעגליכקייט אונטערצוהערן יעדן טעלעפאן-געשפרעך און לייענען יעדן אימעיל און טעקסט-מעסעדזש וואס ווערט נאר ארויס
פריער איז עס געווען מענטשן וואס גלייבן יעדע מאדנע קאנספיראציע השערה. שפעטער זענען עס געווען סתם מענטשן מיט עקסטרעמע מיינונגען און נויגונגען. היינט זענען שוין פאראן געווענליכע, נארמאלע, דורכשניטליכע מענטשן וואס האבן מורא, אז אמעריקע ריקט זיך צוביסלעך אוועק פון זיין אן אפענע דעמאקראטיע צו פארוואנדלט ווערן אין דיקטאטארשאפט. זייער טענה איז, אז אן הכי נמי: נישט דער פרעזידענט און קיינער אנדערש אין דער רעגירונג טראגט זיך ארום מיט בייזוויליגע כוונות. זייער ציל איז גוט, אפצוהיטן דאס לאנד קעגן טעראריסטן און מאסן-מערדערס. אבער, ווייזן זיי אן, ס’איז דא דער אלטער כלל, אז צוריק גייט א קאזע. איינמאל די אלע זאכן זענען דא, איז זייער גרינג פאר סיי וועמען צו ווערן א דיקטאטאר. ס’איז שוין דא א פולשטענדיגער קאנטראל אויף יעדן מענטש, די רעגירונג האט געהיימע לאגערס, און אפילו א קליינעם מיליטער וואס איז געמאכט געווארן און אויסגעשטעלט פאר אינערליכע אומרוען. פון דארט ביז אן אמת’ער דיקטאטארשאפט איז שוין גארנישט אזוי ווייט, זאגן יענע.
נו, ימים ידברו…
נו פנחס האסט שוין נישט גרעסערע דאגות…