די נייעס איבער די שריפה אין די ישיבה אין קרית נייטרא, טראגט זיך ארום אויף סאציאלע מידיא ווי א שטארקע טעמע, עס בארירט א ישיבה מיט איינגעשטעלטע, אסאך פאמיליעס וואס האבן קינדער – וואס זענען תלמידים דארט – און דארונטער די גאנצע היימישע אידנטום וואס הערט איבער די נייעס.

די געשיכטע האט פאסירט שבת ביינאכט, און צוליב וואס זייער ווייניג דעטאלן זענען באקאנט, האבן מיר זיך פארבינדן מיט עטליכע תלמידים אין ישיבת נייטרא, וואס דערציילן צו אידישער ווינקל, וואס עס האט זיך אפגעשפילט דארט, במשך דעם דראמאטישן שבת.

שלומי,” א עסקן אין די ישיבה, וואס איז זייער טעטיג מיט די גאנצע געשעעניש, לייגט אונז אראפ וואס דארט האט פאסירט, מיר געבן אים איבער די ווארט:

“מיר האבן געהאלטן אינמיטן דאווענען, אין די געביידע פון די ישיבה וואס ענטהאלט אין זיך די כיתות, די בית המדרש, און די אוצר הספרים, מיט טויזענטער ספרים. דער בעל תפילה האט זיך געגארגלט מיט א שיינע שטיקל, מען האט געדאוונט מיט א רואיגקייט. ווען מיטאמאל זענען מיר געווארן איבערגעהאקט מיט שטורעמישע יללות, דורך א איינצעלנע בחור וואס האט געשריגן אז עס ברענט דער אויבערשטער טייל בנין.מיר האבן נישט געשפירט קיין רויעך, און די פייער אלארם האט זיך נישט אנגעצינדן צוליב וואס די פייער האט אויסגעבראכן אין א שטארק גע’סיעל”טע צימער, און דאס האט אפגעהאלטן די רויעך פון ארויסגיין, אבער א בחור איז ארויף בשעת’ן דאווענען און געעפנט דעם טיר פון יענע צימער, איז איבערראשט געווארן צו ווערן ענטפאנגען דורך פייער צינגען וואס האבן ארויסגעשאסן פונעם צימער, באקומענדיג אקסעדזשין פון די פרישע אפענע טיר.

עקסקלוסיווע בילדער: ראש הקהל ר’ גבריאל בויער, אנטיילנעמענדיג אין די ארבעט צו פארעכטן די וואסער, וואס האט געקראכט אין קרית נייטרא, צוליב די באנוץ פון אזויפיל וואסער

דער בחור איז אראפגעלאפן היסטעריש, אויסגעשריגן אז עס ברענט, און דאן האט זיך א רויעך אנגעהויבן פארשפרייטן.”

מיר האקן איבער שלומי, פרעגנדיג: “ווען נישט ער עפנט דעם צימער וואלט זיך די פייער מעגליך דערשטיקט?”

שלומי ענטפערט: “מען האט אזוי געטראכט אין אנהויב, אבער ניין די דאך איז שוין אויך געווען אין שטארקע פלאמען, עס וואלט נאר אפשר גענומען אביסל לענגער.”

מיר האבן שנעל געכאפט די ספרי תורה, און תפלין, און אנגעהויבן ארויסיאגן יעדן פון די געביידע, איך האב גענומען קאנטראל פון די סצענע, און אויסגעשריגן אז יעדער זאל נעמען א פאר, (שותף) וואס האט זיך ארויסגעשטעלט צו ראטעווען דאס לעבן פון א בחור!

מיר זענען אלע געווען אינדרויסן, באמערקנדיג אז איין בחור איז נישט מיט אונז, עמיצער האט געוואוסט צו זאגן, אז דער בחור איז אריין אין א צימער אויפן צווייטן שטאק, און געפונט זיך נאך געוויס אינעם בנין.

מיר זענען שנעל געלאפן פון א הינטער טירל, אויפגעבראכן די גלאז פון א פענסטער, פון יענעם צימער, און געזען אז דער בחור געפונט זיך טאקע דארט, אן האבן א אנונג אז ער געפונט זיך געשטראנדעט אין א געביידע וואס פלאקערט! מיר האבן אים שנעל ארויסבאקומען פון דארט, וויסנדיג אז יעדער איז אינדרויסן.

מען באקעמפט דעם פייער

עס איז געווען שרעקעדיג, און הארציג, צוצוזען וויאזוי אונזער ישיבה געביידע, אין וואס מיר האבן זיך אזוי רואיג געפונען מיט בלויז מינוטן צוריק, איז יעצט אין רויטע העלישע פייער צאנגען. די פייערלעשער זענען שנעל אנגעקומען, און אנגעהויבן פארלעשן די פייער.

זיי האבן עס אויסגעלאשן און מיר זענען אראפ צום שטוב פון רבי’ן מיטן פלאן צו הערן דארט די ווייטערדיגע אנווייזונגען, וואס מען וועט טון. ווייל עס האט געהייסן אז מיר קענען נישט שלאפן אין דארמיטארי, וואס געפונט זיך נעבן די געביידע וואס האט געברענט.

למעשה האט מען יא געקענט דארט שלאפן.

שבת אינמיטן די נאכט האט זיך די פייער אנגעצינדן נאכאמאל, עס האט פארברענט די אוצר הספרים מיט שווערע טויזענטער ספרים, מיט אומאפשאצבארע שאדנס, עס זענען דארט געווען גאר אלטע ספרים.

די פייערלעשער האבן געארבעט אגאנצע נאכט, ביז שבת נאכמיטאג.

מאטי,” א אינגערמאן אין נייטרא שטעטל, אנוועזנד אויפן סצענע דערציילט: עס זענען געווען דא איבער 250 פייערלייט, מיט מער ווי 50 פייער טראקס און באסעס, עס האט אויסגעזען שרעקעדיג און כאאטיש, צענדליגע מידיא אגענטורן, און נייעס באריכטער האבן זיך געיאוועט צום סצענע.

אינטערסאנט וואס כ’האב באמערקט, איר קענט דאס נוצן פארן ארטיקל, איינע פון די דזשורנאליסטן האט גערעדט אויפן טעלעפאן, זאגנדיג אז ער האט נאך קיינמאל נישט געזען א קאמיונעט”י וואס זאל האבן אזא געטריישאפט!

די ישיבה געביידע, איינגעהילט אין פייער פלאמען

די גאנצע שטעטל, איז געווען אונטערן הימל, סיי די מענער און סיי די פרויען.

מען האט ארויסגעברענגט עסן פון שטוב, מען האט געטיילט פאר די פייערלעשער חלה, קעיק, טרונקען, נאש, און קאלטע אייסעס, זיי האבן זיך באלעקט מיט די קוואנטומס עסן, עס האט געהערשט א אחדות, און קידוש ה’ שווער צו באגרייפן, מענטשן האבן אויסגעליידיגט די הייזער פון עסן.

זיי האבן ענדליך אפגעלאזט דעם בנין, נאכן אויסלעשן די פייער צום 2-טן מאל, און עס איז געווארן מוצאי.

אלע בחורים זענען אהיימגעפארן, און די געביידע ברענט שוין ווייטער, די פייערלעשער קומען נישט דאסמאל, זאגנדיג אז די געביידע ווערט מארגן אראפגעברענגט, און זיי האלטן א וואכזאמע אויג איבערנאכט.

די וואסער האט זיך צו אלע צרות איבערגעריסן, און מען האט געארבעט צו פארעכטן דעם פראבלעם, וויבאלד עס איז נישט דא קיין וואסער.

די שטעטל איז יעצט אין טאטאלע צעמישעניש, און עסקנים זענען זייער אינסטרומענטאל, מען זעט דא ר’ גבריאל בויער, וואס לויט שמועות, האט ער געזאגט פאר די נייטרא רבי, אז ער וועט לאזן בויען א נייע געביידע, לטובת די ישיבה.

א פייערלעשער, צילט מיט א דיקע שטראם וואסער, אין ריכטונג פון די פייער אין נייטרא ישיבה, אין מאונט קיסקא

די בחורים זענען אינדערהיים, און מען ארבעט צו פארעכטן די וואסער. דאס איז אלעס ביז אהער.

אידישער ווינקל באדאנקט זיך פאר די בחורים, און אינגעלייט, וואס האבן געשאנקען פון זייער צייט, שטייענדיג אין נאך א שווערע, אויסמאטערנדע שבת. מיר וועלן מעגליך נאכקומען מיט נאך א באריכט, איבער די ווייטערדיגע פארשריט אין קרית נייטרא.


בילדער קרעדיט: שלומי ה. קרית נייטרא.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.