“אוי געוואלד, אזא פארלוסט!” האט מען געהערט ערשיטערטע מענטשן צוזאמקלאפן די הענט, אין א צייכן פון טרויער, הערנדיג דאס אומגלויבליכע. ווי אלט איז ער געווען? וויאזוי איז דאס געשען?
שרעקליכע שמועות האבן זיך היינט ארומגעדרייט, אז א מענטש, גראדע עמיצער וואס איז היבש איינפלוסרייך, איז ווי כאילו נפטר געווארן ח”ו, א זאך וואס האט אנגעדרייט א געוואלדיגע שטורעם, איבעראל.
די חברה קדישא זענען שוין אינפארמירט, יעדער הייבט אן באוויינען, אפילו הספדים שרייבט מען שוין. די איינציגסטע פראבלעם דא איז נאר אז קיין נפטר איז נישט דא, יעדער לעבט, און דער נפטר דארף גאר גיין פארטיידיגן זיינע רעכטן, און איבערצייגן זיינע ארומיגע אז ער האט פולס. איינעמס לעבן איז פארוואנדלט אין א וויץ, און דער דארף איבערצייגן פאר די דערשראקענע רופער אז דאס איז א בלויזע רומער, וואס א אומ’אחריות’דיגער, זינלאזע, און אומפארשטענדליכער מענטש האט פאבריצירט, פאר א אומבאקאנטע אורזאך, אפשר זייענדיג אבסעסירט מיט אויפמערקזאמקייט.
א געשיכטע היינט צופרו, וואס האט אנגעהויבן אויפשאקלען די היימישע אידנטום, האט מיר דערמאנט, אז מיר לעבן אין צייטן פון סאושל מידיא. יעדע זאך ווערט שנעל פארשפרייט, נישט קיין חילוק צו דאס איז אמת אדער נישט, אויב איז דאס א נייעסל וואס קען זיין גוט ארומצוטראגן, וועט עס גיין וויירעל, און אנקומען איבעראל, אפילו די וואס טראגן ווייטער, וועלן וויסן אז עס איז נישט אמת.
כ’האב זיך דערמאנט, אז יעדן טאג זע איך אזעלכע באריכטן. נעכטן איז עס א באריכט אז פלוני האט זיך גע’גט מיט פונקטליכע דעטאלן פארוואס, און אייערנעכטן איז עס געווען עטליכע בילדער וואס צייגן ווי מען ארעסטירט אלמוני, באגלייט מיט פונקטליכע אינפארמאציע פארוואס מען האט אים ארעסטירט, נעמליך, ער האט בא’גנב’עט א האלבע שטאט, אריינגערעכנט די רעגירונג (אזא חילול ה’…) אבער, א רגע! ווער זאגט מיר אז דאס איז אמת? פונקט ווי איך האב יעצט די מעגליכקייט ארומצושיקן סיי וועלכע געבעקס עס פאלט מיר איין, קען דאך דער באריכט פונקט אזוי זיין אומאויפריכטיג, מיט אגענדע צעשמירטע פאקטן, דורך מענטשן וואס ווילן פארשעמען אנדערע, נישט טראכטנדיג אז זיי לייגן אוועק לעבנס אזוי.
הערנדיג א מעסעדזש ווי דער באטראפנדער דערקלערט אז ער לעבט, און אז ער דארף יעצט ענטפערן גאר אסאך מענטשן אז ער לעבט, און די שמועות זענען שטותים, האב איך זיך דערמאנט וואספארא זינלאזע זאך עס וועט זיין אויב וועל איך גלייבן יעדע זאך וואס פארט ארום אויף סאציאלע מידיע.
פון היינט און ווייטער גלייב איך מער נישט. איך וועל נישט אננעמען די לשון הרע, רכילות, און בלאף, וואס פארן ארום אומבארעכטיגט, אויף אומשולדיגע מענטשן, וואס פאלן קרבנות, און ווערן חורבנות.