איינער פון די בעלי מנגנים וואס זענען ארויסגעקומען מיט א נייע אלבוים, איז דער גאר בארימטער פיגור אין די וועלט פון נגינה, יואלי גרינפעלד, וואס זינגט שוין פאר לאנגע יארן אויף חתונות, און האט שוין ארויסגעגעבן א שיינע פאר אלבוימס, זייענדיג פון די שטארקסטע שטערנס, אין די אידישע מארקעט.מיר האבן זיך פארבינדן מיט יואלי אין א ערב פורים’דיגן שמועס, צו הערן איבער זיין אלבוים, און געוויס איבער זיין קאריערע, און מיר האפן איר וועט הנאה האבן.
אידישער ווינקל: ביטע דערצייל איבער דעם אלבוים “ביעטס,” וויאזוי איז דאס צושטאנד געקומען, און פארוואס פונקט מיט די עווענאל בענד?
יואלי: צום אלעם ערשט אדאנק פארן מיר ארויפברענגען אויף די פאפולערע אידישער ווינקל טשענעל.
עס גייט צוריק מיט 3 יאר, ווען איך האב זיך געוואנדן צו עווענאל. מיר פלעגן זינגען אסאך אויף חתונות אינאיינעם, איך האב ארויפגעברענגט די פראגע “אפשר גיבן מיר ארויס א שטיקל קאלעקציע אינאיינעם?”
עווענאל איז אלס געווען באקאנט מיט זייערע שטיק, מאכנדיג אינטערסאנטע ארגינעלע אינטראוס, האבנדיג זייער אייגענע סטיל ביי יעדע זאך, איך האב געשפירט אז מיר האבן א גוטע פארשטאנד, איז פארוואס זאלן נאר מענטשן ביי חתונות הנאה האבן, פארוואס זאלן מיר נישט ארויסגעבן א שיינע פראפעסיאנאלע אלבוים?
אומר ועושה, מיר זענען ערשינען מיט ביעטס 1 און עס איז געווען א מורא’דיגע סוקסעס, מער ווי אלע ערווארטונגען, איך האב בכלל נישט געהאט די עקספעקטעישנס, מיר האבן באמת נישט ערווארטעט אזא דורכברוך. די אפקלאנג איז געווען מאסיוו, מיר האבן פארקויפט גאר שיין ב”ה, איך קען זאגן אז זינט דאן איז נישט דורך א שמחה, אדער טאג וואס מענטשן זאלן מיר נישט אפשטעלן וועגן ביעטס, איך האב דאן געלאזט א שמועה אז איך גיי אנהויבן ארבעטן אויף ביעטס 2, און זינט דאן האט מען מיר נישט אויפגעהערט צו פרעגן, וואס טוט זיך מיט ביעטס? וואו האלט דיין ביעטס?כ’האב ליב דיין ביעטס, עלטערע מענטשן, ערנסטע מענטשן זאגן דאס מיר כסדר, ביעטס! ביעטס! ממש ארויס פון יעדע טרוים, אזוי אז מיר האבן באשלאסן אז מען גייט דאס טון נאכאמאל.
די פראבלעם איז נאר, אז אלעמאל ווען מען פרובירט איבערמאכן, מוז מען גיין בעסער, נומבער 2 איז אלס שווערער. איז איך האב זייער זייער שווער געארבעט, מיר האבן געארבעט סך לענגער, אויף די קאלעקשן, און די מוזיק, איז איך בין עכט פסול לעדות, אבער איך האלט, אז ביעטס 2 איז שענער אין א וועג, ווי נומער 1, ב”ה די קאמפלימענטן הערן נישט אויף אריינצוקומען, די קאלעקשן איז מורא’דיג, די סידי איז געוואלדיג, די קווייער איז געוואלדיג. איז דערווייל איז די פידבעק עפעס געוואלדיג שיין.
אידישער ווינקל: וועלכע קווייער זינגט די ניגונים?
יואלי: די קווייער “ידידים אינטערנאציאנאל” וואס דאס איז די איינציגסטע זאך, וואס מיר האבן גענומען פון ארץ ישראל.אידישער ווינקל: מ’הערט אלעמאל פון זינגערס וואס גייען איבערדרוקן נאך קאפיעס, פון זייערע אלבוימס, צוליב וואס עס ווערט אויספארקויפט, איז דאס אויך אזוי דא?
יואלי: איך וואלט געקענט אזוי פארקויפן עס זאל אויסקוקן גוט פאר די מצב, אבער איך זאג עס נישט צוליב 2 סיבות, איינס ווייל עס איז נישט אמת, און צוויי ווייל מיר האבן געוואוסט אז עס גייט גיין אסאך דערפון, עס וועט זיין א שטארקע דימענד, און מיר האבן געדרוקט איבער גענוג… ב”ה מיין דיסטריביוטער זאגט מיר אז די סידי”ס פליען אראפ פון שעלוו, עס זענען ערשינען אסאך נייע אלבוימס, איך בין נישט דא זיך גרויסצוהאלטן, אבער הייסן הייסט עס, אז ביעטס גייט דאס בעסטע.
אידישער ווינקל: ווער זענען די געסט זינגער אויפן אלבוים?
יואלי: מיר האבן 3 געסט, אבי פרץ, וואס זינגט די איזראעלישע סטיל ניגונים, אלי לאקס, און ארי קונסטלער. (דער גיטאריסט) מיטגלידער אין די עווענאל בענד, וואס זינגען דא און דארט.
אידישער ווינקל: האט מען געמאכט א ווידעא לכבוד די אלבוים?
יואלי: שוין 2 ווידעא’ס ערשינען, איינס מיט מיין ספאוקסמען ר’ מאיר בער שווארץ… און איין אנדערער.אידישער ווינקל: אין וועלכע סטודיא האט מען רעקארדירט די אלבוים?
יואלי: צווישן די סטודיאס פון נפתלי משה שניצלער, אלי לאקס, אלי לאשינסקי, און ארי קונסטלער. אויסער די קווייער, וואס דאס האט מען געמאכט אין א”י.אידישער ווינקל: וויפיל שעה איז אריין אינעם אלבוים?
יואלי: אויב רעכנט מען אריין די פלאנירן, אויסוועלן ניגונים, מיטינגס, זיצן אינאיינעם, רעדט מען פון הונדערטער שטונדן.
אידישער ווינקל: קענסט דערציילן איבער א אינטערסאנטע געשיכטעלע וואס האסט געהאט לעצטנס ביי א שמחה?יואלי: יא, ממש לעצטנס האב איך געזינגען ביי א חתונה, פון א מענטשנס אינגסטע טאכטער, עס איז געווען זייער עמאציאנאל, ווען גראד נאכן חופה האט דער טאטע נישט מער און נישט ווייניגער, אויסגעהויכט זיין נשמה. ער האט אונטערגעפירט זיין אינגסטע, און ארויף אויבן, איך וועל דאס נישט אזוי שנעל פארגעסן.
אידישער ווינקל: קענסט דערציילן איבער פורים’דיגע פידבעק וואס האסט באקומען אויף דיין אלבוים?
יואלי: יא, פאריגע וואך רופט מיר א מענטש, וואס פרעגט מיר אויב ער קען מיר געבן א קאמפלעינט. איך ענטפער אים, מסכים, אבער נאר מיט איין תנאי, אז ער וועט מוזן דערצו געבן א קאמפלימענט אויף די נייע אלבוים… “זיכער זאגט ער, כ’האב זייער ליב די אלבוים, כ’האב זייער ליב דיין זינגען, אבער מיין קאמפלעינט איז, אז היתכן מיינע קינדער דארפן קוקן אויף אזא אומאיידעלע בילד פון מיין סידי קאווער. “וואס הייסט? פרעג איך אים. זאגט ער אויפן דעקל געפונען זיך פנימ’ער פון מענטשן אומאיידעלע געזיכטער, “וואס איז שלעכט מיט זיי?” פרעג איך צוריק. זאגט ער, “זיי זענען נישט קיין חסידישע אידן.” כ’האב אים געענטפערט, הייסט נאר מיר זענען אידן? דאס גאנצע עם הנבחר באשטייט פון מיר וויליאמסבורג און מאנסי? די פלעטבוש, לעיקוואודע אידן זענען גוים גמורים? וואס איז מיט אייך? כ’האב אים דאן אויך געזאגט, “אז 2 פון די מענטשן אויף מיין דעקל, זיצן און לערנען אגאנצן טאג אין כולל, וואס איך אלס חסיד’ישער טו דאס נישט. ער איז שטיל געבליבן, אסאך מענטשן זענען דא אויף די וועלט, און אזוי גייט עס.
אידישער ווינקל: וואס קענסטו זאגן צו מענטשן וואס שטופן צו די קינדער צום מייקראפאון, כאטש וואס זיי זינגען ערגער ווי די נויז פון א וואקיום קלינער, איז דאס אויסגעהאלטן, ווען יארן שפעטער, מוז מען זיי שטארק באליידיגן מיטן בעטן אז זיי זאלן ליבערשט פארקויפן אתרוג קאמפאט?
יואלי: וואס עפעס רעדסטו פון קינדער? עס זענען דא גרויסע טאטעס, בחורים, מיט לאנגע ווייסע בערד, וואס זענען נאך ערגער ווי די סארט עלטערן, וואס גיבן כאטש אויפמערקזאמקייט פאר זייערע קינדער. מענטשן שיקן מיר כסדר מעסעדזשעס, בעטן עדווייס אין זינגען… זיי הייבן ליידער נישט אן צו יכול’ען, און האבן זעראו שאנס צו זינגען, עס איז א שווערע נושא, אויב איז מען א גוטע פריינט, דארף מען יענעם אויפמערקזאם מאכן, אז זיי זאלן זיך אפשאקלען פון זינגען. די פראבלעם איז נאר אז נישט אלעמאל איז מען צו יענעם א גוטע פריינט, און מ’קען נישט אייביג זיין דער וואס זאגט עס. מ’דארף נאר האפן אז דער לעצטער מענטש וואס טוט אזא זאך זאל זיין די טאטע-מאמע, עס איז זייער אומריכטיג צו פיטערן קאמפלימענטן וואס עס קומט זיך נישט פאר די קינדער.
איך בין א טאטע פאר 5 קינדער, און דאס זעלבע טוה איך ביי מיינע קינדער, כ’האב א קינד וואס קען גוט שפילן פיאנא, א צווייטער וואס קען גוט רעכענען, א 3-טער וואס מאכט גוט מעדזשיק טריקס, יעדער באקומט זיין קאמפלימענט, און מען קען נישט געבן א קאמפלימענט, סתם פאר די “וויאזוי הייסט עס…” עלטערן זאלן וויסן, “איך וועל נישט זאגן אז אזעלכע עלטערן לייגן בלוט אויף די הענט, אבער זיי לייגן גאנץ מעגליך די קינדער בעפאר א שרעקליכע סטראגל פאר גארנישט און פאר נישט, זיי וועלן אין ערגעץ נישט אנקומען, און סתם פארשווענדן הייליגע וועליובל צייט.
אידישער ווינקל: וואו גייסטו זינגען פורים וואס קומט?
יואלי: איך פאר אויף פלארידא, אינאיינעם מיט עווענאל, מ’גיימיר טראגן ביעטס לייוו, צו מיאמי.
אידישער ווינקל: ביעטס 3?
יואלי: כ’ווארן דיר… לאמיר אפאטעמען פון ביעטס 2.
אידישער ווינקל: א גרויסן דאנק פארן אראפגעבן פון דיין צייט, א פרייליכער פורים, מיט אסאך יארן פון קענען ברענגען אונטערהאלטונג, און שמחה פאר אידישע קינדער.
זיך צו איינהאנדלען דעם נייעם סידי, דרוקט דא ווי פאלגנד: iTunes