לאגווארדיע עירפארט איז די פירנדע לופטפעלד אין אמעריקא, מיט נישט אזא פריעסטיזשפולע קאטעגאריע, נעמליך האבנדיג די מערסטע פליגער דילעי”ס שאפנדיג אומבאקוועמליכקייטן פאר רייזענדער.
לאגווארדיע האט פארמאגט די העכסטע פראצענט פון דילעיס, מיט ערייוועל”ס פליגערס דעם פארגאנגענעם יאר, לויט די “יונייטעד סטעיטס ביורא אוו טראנספארטאציע סטאטיסטיקס” וועלכע טוט אנאליזירן די אוויאציע אנגעלעגנהייטן.
נוארק לופטפעלד האט דערגרייכט די העכסטע פראצענט פארשפעטונגען ביי פליגערס וואס פליען ארויס.
די JFK לופטפעלד איז אויך געווארן ארויסגעהויבן צווישן אנדערע לופטפעלדער, מיט אפטערע שפעטונגען.
די 3 לופטפעלדער שטייען ארויס פון צווישן די 29 גרעסטע לופטפעלדער אין לאנד, מיט דילעיס אין ביידע וועגן, סיי ביי ערייוועל פליגערס, און סיי ביי פליגערס וואס פארן ארויס.
‘דזשאו סיט’ דער טשעירמאן פון די אוויאציע אלייענס, האט געזאגט: “שוין ווייטער זענען די ניו יארקע לופטפעלדער די העכסטע אין דילעיס, אויב איז וויכטיג געלט פאר די דעוועלאפמענט איבערצובויען די טערמינאלן, וועט דאס גארנישט ווערד זיין, אויב אדרעסירן מיר נישט דעם פראבלעם, עס וועט אין פשוט זיין א שענערע ארט, וואו צו ווערן געשטראנדעט…
די סאלט לעיק סיטי, אינטערנאציאנאלע לופטפעלד שטייט ארויס מיט די ווייניגסטע דילעיס, אין ביידע וועגן אין יאר 2016 מיט ארום 12.8% ביי אנקומענדע פליגערס, און 12.5 ביי פליגערס וואס פארן ארויס.
אין נומערן זענען די פראצענט פארשפעטונגען 28.1% אין לאגווארדיע, ביי פליגערס וואס האבן נישט געלאנדעט אין צייט, און 24.4% אין נוארק וועלכע האבן פארשפעטיגט ארויסצופארן.
דאס קומט צוליב וואס ניו יארק האט גאר אנגעפולטע הימלען, און פארמאגט זייער ווייניג עירספעיס, וואס דאס מאכט זייער שווער צו קענען אנגיין מיט פונקטלעך.