ביטקוין און דער פנקס כללי
אריינפיר: עס איז הימל און ערד און ביטקוין. אין די לעצטע פאר וואכן ווערט כמעט א יעדן איינציגסטן טאג באריכטעט איבער די שטייגנדע ווערט פון ביטקוין. הערשט דעם וואך איז באריכטעט געווארן אז דער ווערד פון א ביטקוין איז געשטיגן צו באלד אכט טויזנט דאלער בעפאר עס איז צוריק געפאלן צו ארום זיבן טויזנט דאלער.
וואס איז אבער ביטקוין? וואס מיינט דאס פראזע “כ’פארמאג א ביטקוין?” אסאך מענטשן ווייסן צו זאגן אז דאס איז א דיגיטאלע מטבע וועלכע איז נישט אונטער די קאנטראל פון א רעגירונג אדער א צענטראלעזירטער באנק. מענטשן אפיליאירן אויך דער ביטקוין מיט העקערס און פארדעכטיגטע פארשוינען אויף די אינטערנעט. דער פאקט אז דער אידענטיטעט פון דער מענטש וועלכע איז אויפגעקומען מיטן ביטקוין איז נאך אלץ פארהוילן, געבט נאך מער צו צום מיסטעריע וואס נעמט ארום דער ביטקוין.
איך וויל נישט אין דעם ארטיקל שפעקולירן איבער דעם צוקונפט פון ביטקוין אדער קריפטא-געלט בכלל. אבער אזויפיל איז איינמאל זיכער אז אויב וויל מען אינוועסטירן אין עפעס דארף מען ערשט פארשטיין וואס דאס איז. לאמיר דעריבער נעמען א באזוך אין דעם וועלט פון קריפטא-געלט, און זיך באקענען מיט דעם רעוואלוציאנערישן געדאנק פון דער נאנט.
בראשית … והארץ היתה תוהו ובהו
לאמיר נאר נעמען א טריט אויף צוריק און אריין טראכטן וואס איז דאס געלט בכלל. ווען וועלט וואלט געווען וועלט וואלט מען נישט געדארפט קיין געלט. אז יאנקל וויל פלייש, גייט ער צום פארמער און בעט פאר א הינדל אדער א קעלבל. דער פארמער האט אבער שווער געארבעט אויפצוהאדעווען דעם קעלבל. אין אויסטויש פאר פלייש, בעט ער יאנקל’ן זאל אים געבן פון זיינע טאמאטעס. דער אויסטויש ווערט געמאכט, און שלום על ישראל.
דער מציאות איז אבער מער קאמפליצירט ווי דעם. למעשה דארף דער פארמער נישט קיין טאמאטעס נאר א קאלעכער זאל אים פארבן זיין הויז. יאנקל איז נישט קיין קאלעכער. נו, וויאזוי קען דער אויסטויש פון פלייש און פארבן פארט פארקומען? דאס איז דער פונדאמענטאלער פראבלעם וואס געלט טוט לייזן. עס ערלויבט יאנקל צו געבן פארן פארמער עדות, א הוכחה ברורה, אז דער פארמער האט אוועקגעגעבן פאר יאנקל’ן עפעס ווערדפול. דער פארמער קען דערנאך ברענגן די עדות צום קאלעכער און בעטן דער קאלעכער זאל אים פארבן די הויז און אויסטויש פארן אוועקגעבן די פלייש פאר יאנקל. איי, וואס האט יאנקל’ס פלייש מיטן קאלעכער? דער קאלעכער נעמט דעריבער די עדות וואס דער פארמער האט באקומען פון יאנקל, און נוצט דאס אלס עדות אז ער האט געגעבן עפעס ווערדפול פארן פארמער. מארגן, ווען דער קאלעכער וויל טאמאטעס, וועט ער נוצן די עדות צו באקומען זאפטיגע רויטע טאמאטעס פון יאנקל’ן אין אויסטויש פון די ארבעט וואס ער האט געטון פארן פארמער, אין אויסטויש פון די פלייש וואס די פארמער האט געגעבן פאר יאנקל, חד גדיא חד גדיא.
די עדות, האט איר שוין מסתמא אליינס געכאפט, איז וואס מיר רופן געלט. זעלבסטפארשטענדליך אז געלט ארבעט נאר אויב יעדער וואס נעמט א טייל אינעם שפיל – דער קאלעכער, דער פארמער, יאנקל, א.א.וו. – נעמט אן די עדות אלס קראנט. די רגע וואס דער המון עם פארלירט צוטרוי אינעם סיסטעם פון געלט, פאלט דער סיסטעם צוזאם און מ’איז צוריק צו אלף. דאס איז די סיבה פארוואס כמעט א יעדע איינציגסטע געלט סיסטעם אין די וועלט ארבעט מיטן איבערזיכט פון א רעגירונג. כדי דער המון עם זאל קענען צוטרויען דעם סיסטעם אז געלט איז טאקע א ווערדפולע הוכחה, דארף מען א רעגירונג וואס זאל פארזיכערן אז דער סיסטעם ארבעט כשורה, עס איז נישטא קיין געפעלשטע געלטער, אז עס איז דא אזויפיל געלט אין צורקולאציע וויפיל “ווערד” עס איז דא אין יענער לאנד, א.א.וו.
עס איז איבריג צו באטאנען אז געלט איז א פיל טיפערע און ברייטערע סוגיא פון דאס וואס מיר האבן ביז יעצט אראפגעמאלן, אבער דער יסוד איז בערך אזוי.
דער אויסטרעף פון ביטקוין
דער ביטקוין ערפינדער איז צוריקגעגאנגן צום סאמען יסוד פון געלט, צו זען אויב קען מען מיטן היינטיגן טעכנעלאגיע אויפקומען מיטן זעלבן צוטרוי-סיסטעם אויף וואס געלט איז באזירט, אבער אן דארפן אריינמישן א רעגירונג אדער סיי וועלכע צענטראלע אגענטור. איז מעגליך אזא זאך?
לאמיר זיך פארשטעלן, האט סאטאשי נאקאמאטא, דער ביטקוין ערפינדער, געשריבט, אז עס איז דא א ציבור’ישער פנקס. דער גאנצער ציבור האט צוטריט צו דעם פנקס. יעדער קען זען פונקטליך וואס שטייט דארט. יעדעס מאל ווען איינער וויל אוועקגעבן עפעס ווערדפול, שרייבט ער דאס אריין אינעם פנקס פאר א יעדן צו זען. נוצנדיג אונזער פריערדיגן משל, ווען דער פארמער געבט פאר יאנקל א קעלבל, וועט יאנקל אריינשרייבן אינעם פנקס,
“איך, יאנקל, קום 200 דאלער פארן פארמער”.
ווען דער פארמער’ס הויז ווערט געפארבט דורכ’ן קאלכער, וועט ער דערנאך שרייבן אינעם פנקס,
“איך, דער פארמער קום 200 דאלער פארן קאלעכער”.דערנאך, ווען דער קאלעכער באקומט די פרישע טאמאטעס פון יאנקל, וועט ער פארצייכענען אינעם פנקס,
“איך, דער קאלכער, קום 5 דאלער פאר יאנקל”.
ווי איר זעט, קען א ציבור’ישער פנקס טעארעטיש דינען דעם זעלבן ציל וואס געלט דינט. עס ערלויבט אז דער סיסטעם פון אויסטוישן ווערדפולע זאכן און סערוויסעס פאר אנדערע ווערדפולע זאכן אין סערוויסעס אויף א גלאבאלער פארנעם זאל לויפן אויף א פנקס אנשטאט אויף געלט. דער פראבלעם וואס דער פנקס האט איז אבער צוטרוי. וואס האלט צוריק יאנקל, אדער סיי וועמען, פון אריינשרייבן פאלשע איינטריטן אינעם פנקס?
אין דער וועלט פון טראדיציאנאלע געלטער ווערט דער פראבלעם פון פאלשע געלט-אויסטוישונגן געלייזט דורך בענק. אבער ביטקוין האט דאך געוואלט נוצן טעכנעלאגיע פטור צו ווערן פון די בענק. נו, איז וויאזוי געבט מען זיך אן עצה?
דיגיטאלע אונטערשריפן
דער לייזונג צו דעם פראבלעם איז אן אלטער ערפינדונג אין די וועלט פון קריפּטאָגראַפיע. עס הייסט דיגיטאלע אונטערשריפן. א דיגיטאלער אונטערשריפט ארבעט גענויט ווי א געווענליכער אונטערשריפט. עס ווייזט איבער אז דער אונטערשרייבער באשטעטיגט וואס עס שטייט אויפן אונטערגעשריבנעם פאפיר. אין פאל פונעם פנקס, אויב שטייט דארט אז יאנקל קומט פארן פארמער 200 דאלער, און עס איז אונטערגעשריבן דורך יאנקל’ן, איז דאך פשט אז דאס איז נישט פאלש.
אבער כדי מענטשן זאלן האבן צוטרוי אז דער אונטערשריפט איז נישט פאלש, דארף דער דיגיטאלער אונטערשריפט זיין אזא סארט אונטערשריפט וואס מענטשן קענען נישט פעלשן. אויפן ערשטן בליק זעט דאס אויס ווי א געלעכטער. ווי קען זיין אזא זאך ווי א דיגיטאלע אונטערשריפט וואס מען זאל נישט קענען פעלשן? נאך אלעמען איז דאס א עפעס וואס א מאשין קען נאכקאפירן אין א רגע! דער ענטפער צו דעם הייסט “פובליק שליסל – פריוואטער שליסל קריפּטאָגראַפיע” און איז א יסוד אין די וועלט פון ענקריפשאן. פאקטיש, יעדעס מאל וואס מ’נוצט די אינטערנעט צו שיקן אן אימעיל, באצאלן אויף אמאזאן, אריינלייגן א טשעק אינעם באנק קאנטע, אדער אפילו שיקן א מעסעדזש מיט וואטסעפפ, באנוצט מען זיך מיט פובליק שליסל – פריוואטער שליסל ענקריפשאן.
עס איז א טיפער סוגיא, אבער דער יסוד אין א ווארט איז ווי פאלגנד: דער מענטש וואס וויל אונטערשרייבן א מעסעדזש צו באשטעטיגן אז עס קומט פון אים, פארמאגט א פארבארגענער “פעסווארד”. דער פעסווארד באשטייט פון א סעריע פון 256 איינסערס און זעראס, אבער לצורך אונזער אילוסטראציע לאמיר זאגן אז דער פעסווארד איז דער נומער 25. כדי צו אונטערשרייבן א מעסעדזש, וועלן מיר נוצן א פארמולע וועלכע שטעלט צוזאם דעם געהיימען פעסווארד און דער מעסעדזש, צו שאפן דעם אונטערשריפט. צום ביישפיל, אויב איז דער מעסעדזש “העלא”, און העלא איז בגימטריא 101, וועט אונזער אונטערשריפט זיין 101 + 25. אויב וועט איינער גיין אין טוישן דעם מעסעדזש, וועט דער אונטערשריפט תיכף זיך טוישן. פארשטייט זיך אז אויב נוצט מען בלויז פלוס צוזאמצושטעלן דעם מעסעדזש מיט געהיימען פעסווארד צו פראדוצירן דעם אונטערשריפט וועט אודאי נישט טויגן, און אין רעאליטעט איז דער פארמולע אסאך מער קאמפליצירט. אבער דער סך הכל איז דער זעלבער: דער אונטערשריפט איז א קאמבינאציע פון דער געהיימער פעסווארד, און דער מעסעדזש וואס מ’וויל אונטערשרייבן. קיינער קען דעם אונטערשריפט נישט פעלשן וויבאלד עס איז תלוי אין דעם מעסעדזש זעלבסט. אויב וויל מען נוצן דעם זעלבן אונטערשריפט אויף אן אנדערן מעסעדזש, וועט מען גלייך זען אז עס איז געפעלשט.
האנט אין האנט מיט געהיימען פעסווארד, פארמאגט יעדער אויך א פובליק “פעסווארד” וואס איז באקאנט פאר יעדן. צו באשטעטיגן אז אן אונטערשריפט איז טאקע נישט געפעלשט, איז דא א פארמולע וואס נעמט דעם אונטערגעשריבענעם מעסעדזש, דער אונטערשריפט, און דער פובליק פעסווארד, און אויב איז דער אונטערשריפט אויטענטיש, וועט דער פארמולע דאס באשטעטיגן. אויב איז עס געפעלשט, וועט דער פארמולע דאס תיכף אויפדעקן.
כ’וועל אייך נישט באמוטשענען מיט די מאטעמאטישע דעטאלן פון די צוויי פארמולעס, אבער דער געדאנק איז א פשוט’ער: עס איז אוממעגליך פאר א מענטש צו נעמען א מעסעדזש און א פובליק פעסווארד, און פראדוצירן אן אונטערשריפט וואס זאל ווערן באשטעטיגט דורכן פארמולע. די איינציגסטע וועג וויאזוי מ’קען פראדוצירן אן אונטערשריפט וואס וועט ווערן באשטעטיגט דורכן פארמולע, איז אויב ווייסט מען דעם געהיימען פעסווארד.
נוצנדיג דעם געדאנק פון דיגיטאלע אונטערשריפטן, האבן מיר שוין געלייזט דעם עיקר פראבלעם וואס א ציבור’ישער פנקס שטעלט פאר: עס איז אוממעגליך צו אריינשרייבן א פאלשער פארשרייבונג אינעם פנקס, וויבאלד עס דארף ווערן אונטערגעשריבן דורך די באטראפענע. וויבאלד דער געהיימער פעסווארד באשטייט פון 256 זעראס און איינסערס זענען דא איבער 4 ביליאן מאל 4 ביליאן מאל 4 ביליאן מאל 4 ביליאן מאל 4 ביליאן מאל 4 ביליאן מאל 4 ביליאן מאל 4 ביליאן מעגליכע פעסווארדס. א סופערקאמפיוטער קען לויפן מיליאנע יארן און נאך אלץ נישט ענדיגן אויספרובירן יעדן איינציגסטן מעגליכן פעסווארד. ווילאנג דער געהיימער שליסל בלייבט געהיים איז פשוט אוממעגליך צו פעלשן דעם אונטערשריפט.
אלזא אויב וועט יאנקל שרייבן אז דער פארמער קומט אים 200 דאלער, דארף דאס ווערן אונטערגעשריבן מיטן פארמער’ס דיגיטאלער אונטערשריפט. יעדער קען אליינס איבערצייגן אין די ווארהייט פון דעם פארשרייבונג דורכן נעמען דעם מעסעדזש (“איך פארמער קום 200 דאלער פאר יאנקל”), דער אונטערשריפט, און דער פארמער’ס פובליק פעסווארד, און זען צו דער פארמולע באשטעטיגט אז דאס איז טאקע אונטערגעשריבן געווארן דורכן פארמער צו נישט.
דער פנקס סיסטעם האט נאך איין קליינער לאך און דאס איז אז איינמאל דער פארמער שרייבט אונטער אויף א מעסעדזש, לאמיר זאגן “איך פארמער קום 200 דאלער פאר יאנקל”, קען דאך יאנקל איבערשרייבן דעם זעלבן מעסעדזש נאכאמאל און נאכאמאל מיטן זעלבן אונטערשריפט. אבער די עצה צו דעם איז פשוט: יעדער מעסעדזש אינעם פנקס דארף האבן אן אייגענטארטיגן נומער וואס קיין איין אנדערע מעסדעזש האט נישט. דער ערשטער פארשרייבונג אינעם פנקס איז נומער 1, דער קומענדיגער נומער 2, א.א.וו. אויב זענען דא צוויי מעסעדזשעס מיטן זעלבן נומער אינעם פנקס, דאן איז דער מעסעדזש וועלכע איז שפעטער צוגעקומען צום פנקס אומגילטיג. דאס פארזיכערט אז מ’קען נישט איבער’חזר’ן די זעלבע מעסעדזש צוויי מאל.