פון אלץ און אלעמען

“אומפארענטפערטע פראגעס מיט בארימטער בעל מנגן ר’ מיכאל שניצלער

אריינפיר: פון קליין ביז גרויס. יעדער קען ר’ מיכאל, די עלטערע דור האט באגלייט זיין אויפשיין, ווען די קערלעך זענען איינגעפלאנצט געווארן, ביז היינטצוטאגס ווען עס איז דא א גאנצער פעלד מיט פרוכט, צו די אינגערע דור וואס וואקסט אויף מיט א שופלאד פון גאר רייכע אלבוימס, רעדנדיג צו יעדן אידיש הארץ, מיט אינספירירנדע ניגונים, רייכע געשריבענע ווערטער, און הארציגע טענער.

דעקל פון דעם נייעם אלבוים מימיני מיכאל

 

קליין און גרויס, זענען מכיר טוב ר’ מיכאל אויף זיין אייגנארטיגקייט פון נוצן בלויז אידישע ניגונים, אויף אלע זיינע אלבוימס, נוצנדיג זיין פלאטפארמע, צו אריינגעבן חיזוק אין אידישע הערצער.

פון קליין ביז גרויס, אלע סארטן אידן, חולי ישראל אין שפיטעלער, צו בחורים אין ישיבות, יעדער נעמט ארויס א שיינע מוסר השכל, אדער געדאנק, געשיכטעלע אדער מעסעדזש צווישן די מוזיקאלישע טענער, יעדער טרעפט עפעס א הויכפונקט.

פון קליין ביז גרויס, יעדער איז מסכים אז ר’ מיכאל שניצלער איז א ריז אין מידות, און א שטערן אין די נגינה וועלט. זיינע פרינציפן זענען ערליך פול מיט אמונה און בטחון.

קליין ביז גרויס, יעדער רעדט פון “מימיני מיכאל,” יעדער האט דערויף געווארט, עס האט א ספעציעלע חשיבות ווען מיט א צייט צוריק האבן טרויעריגע קלאנגען ארומקורסירט איבער די מצב ביי ר’ מיכאל, און מען האט געהערט שמועות איבער דאס ערגסטע רח”ל. מיכאל לאכט פונעם מלאך המות, האבנדיג אנדערע מלאכים ביי זיינע זייטן, מלאכים וואס האבן אים געהיט, און באשיצט, מיכאל האט זיך אונטערגענומען אז אויב השי”ת וועט אים געבן געזונט, וועט ער ארויסקומען מיט א פרישע אלבוים, און מחזק זיין אידישע קינדער.

ער האט געהאלטן ווארט, און די שעלווס אין אלע מוזיק געשעפטן זענען איבערגעפולט מיט די פרישע איינגעפאקטע אלבוימס וואס ער האט ארויסגעגעבן.


די ארטיקל ווערט געברענגט צו אייך און ערמעגליכט, דורך אונזער ספאנסער, די פירמע “Dvash” מיט די בעסטע סנעקס צו יעדע צייט.

ביים צוהערן צו מימיני מיכאל, מאכט א שהכל און פארברענגט אויף א זעקל גאר געשמאקע נאש פון דבש, עס איז גוט אין טעם, האט א גוטע הכשר, און איז א גוטע פריינט מיט אייער צינג… באזוכט דא צו זען און באשטעלן: www.Dvashfoodsusa.com


אידישער ווינקל” טוט פארשטעלן די ספעציעלע פראיעקט: “אומפארענטפערטע פראגעס, מיטן בעל מנגן ר’ מיכאל” ווי אונזערע ליינער האבן אריינגעשיקט פארשידענע פראגעס איבער די נייע אלבוים, און דארונטער איבער מיכאל’ס לעבן, און מיר ברענגען די ענטפערס.

מיכאל איז פאפולער, און האט שוין געגעבן אסאך אינטערוויוס, דעריבער האבן מיר איבערגעגעבן די פראגעס צו אייך, אונזערע ליינער, ווי איר זאלט קענען פרעגן זאכן וואס זענען מעגליך געווארן אויסגעלאזט אין אנדערע פעלער.

מיר שטעלן פאר ר’ מיכאל, און גייען צו, צי די ערשטע אומפארענטפערטע פראגע.

א ליינער פרעגט: איך גלייך זייער מיכאל, און איך האב געהערט שמועות אז ער האט שוין אין פלאן צו אויפגעבן זינגען. איז דאס אמת?

מיכאל ענטפערט: ניין. איך האף אז השי”ת וועט מיר געבן געזונט און כח צו אנגיין פאר לאנגע יארן. איך פלאן נישט צו רעטייערן. איך וויל מהנא זיין אידישע קינדער.

א ליינער פרעגט: האסטו אין פלאן צו ארויסגעבן נאך אלבוימס, נאך מימיני מיכאל?  

מיכאל ענטפערט: יא. אויב דער אויבערשטער וועט מיר געבן סיעתא דשמיא, כח און געזונט. איך וויל ארויסקומען מיט נאך, אידן ווילן דאס האבן.

א ליינער פרעגט: פארוואס טוישסטו אראנדזשירער, איז עס נישט גרינגער צו ארבעטן מיט מענטשן וואס דו קענסט שוין זייער שפראך, און זיי האבן שוין געמאכט א גוטן דזשאב?

מיכאל ענטפערט: עס איז אסאך אינטערסאנטער אז מען ארבעט מיט אנדערע מוזיקאנטן יעדעס מאל, עס גיבט צו קאליר, יעדער מאכט ב”ה א גוטן דזשאב, און איך האב זייער ליב צו טוישן, עס זאל זיין א נייע קאליר וואס איז אמאל נישט געווען.

א ליינער פרעגט: פארוואס האט מיכאל נישט געבעטן דאס מאל וועגן נישט קאפיען דעם אלבוים?

מיכאל ענטפערט: איך האב נישט געבעטן ווייל איך האב געוואוסט אז דאס איז א זאך וואס “אין הציבור יכולים לעמוד בה” און ווען עס קומט אן איין גרויסע צדיק מיט א מצוה פון ארויסלייגן א סידי אומזיסט, איז זייער שווער זיך צו איינהאלטן, איז דעריבער האב איך געבעטן דעם עולם, אז אזויווי מען האט הנאה, זאל מען אריינשיקן 10 דאלער צו “ניגון דיסטריביוטערס,” זיי זאלן אויך הנאה האבן, האבנדיג אינוועסטירט טויזענטער אין די אלבוים, ממילא איז יעדער איינער גוט, און קיינער זאגט נישט קיין שלעכט ווארט.

א ליינער פרעגט: וואס האסטו ארויסגענומען פון די געשיכטע מיט דיין הארץ?

מיכאל ענטפערט: איך האב געלעבט אזוי בעפאר, ליב צו האבן דעם רבונו של עולם, און יעדן איד, און איך לעב אזוי יעצט, און איך האב זיך געלערנט אז אויב זע איך א איד וואס עס טוט אים וויי דאס הארץ, שפיר איך אים בעסער.

א ליינער פרעגט: פארוואס נוצט מיכאל אסאך פאלשע דיגיטאלע מוזיק?

מיכאל ענטפערט: מען נוצט היינט אסאך דיגיטאלע מוזיק, ווייל דאס איז היינט די סטייל, לעבעדיגע מוזיק איז שוין נישט היינט אין סטייל, מענטשן גלייכן דאס פאר שנעלע ניגונים, און אויך פאר שטאטע, און מען גיבט פאר מענטשן וואס זיי האבן ליב.

א ליינער פרעגט: מימיני מיכאל גייט ארויף אויף מלאך מיכאל! ער האט נישט מורא צו נוצן אזא נאמען?

מיכאל ענטפערט: ניין, איך האב נישט מורא צו נוצן די נאמען פון א מלאך, ווייל מיר זענען אלע א חלק אלוקי ממעל, מיר זענען איינס מיטן באשעפער און מיר זענען איינס מיט די מלאכים.

א ליינער פרעגט: וואס פשט פון די טרעק פון פינקי וועבער’ס חזנות?

מיכאל ענטפערט: פשט איז, עס איז געקומען קודם אין די ניגון פון לשם מצות מצוה, אבער אזויווי די ניגון איז געווען זייער זייער לאנג, האט מען געמאכט א באזונדערן טרעק דערפון.

א ליינער פרעגט: פארוואס האט נישט מיכאל אנגעטוהן א הוט אין רעקל, אויף די בילד פונעם אלבוים, כדי עס זאל אויסזען מער היימיש?

מיכאל ענטפערט: איך האב געזען שטיין אין שולחן ערוך, אז ווען מען בענטשט זאל מען אנטון א קאפ צודעק, אדער היט, כ’האב אבער נישט געזען צוגעברענגט אז אויף א סידי דעקל זאל מען אנטון א היט.

א ליינער פרעגט: וויפיל ניגונים האט מיכאל דורכגעזיפט ביזן באשטעטיגן די וואס זענען למעשה אויפן אלבום?

מיכאל ענטפערט: איך האב געהערט ארום 60 ניגונים, און איך האב געקליבן די אלע וואס איר הערט אויפן אלבוים, איך האב צו זיי געהאט די געפיל.

א ליינער פרעגט: מענטשן האבן דאך זייער ליב די אלטע ‘נשמה פלאם,’ – ‘דער טאטע הערט,’ און ‘מיין קינד טרעף מיך,’ וואס הערשי האט אראנדזשירט און איז געווארן סינאנים מיט מיכאל’ס סטייל. איז געווען א הוה אמינא אז הערשי גינזבערג פון לאנדאן, גייט מאכן די מוזיק. אויב יא, פארוואס איז עס נישט געשען למעשה?

מיכאל ענטפערט: עס איז געווען א קלער, אים צו נעמען, אבער ער איז פארנומען מיט זיין ביזנעס, און ער האט נישט געהאט קיין צייט דאס אנצונעמען.

א ליינער פרעגט: אז מען האלט שוין ביים ארויסגעגעבן דעם מימיני מיכאל, און מען קלערט שוין פון פרישע איידיעס. היינט מאכן שוין אסאך זינגערס לענגערע אידישע ניגונים, אפשר איז צייט מיכאל זאל צוריקגיין צו לשון קודש’דיגע ניגונים א שטייגער ווי זיין הערליכע ‘וברוכים הם’ אלבוים?

מיכאל ענטפערט: איך האב נישט קיין שום פלאן צו גיין צו לשון קודש ניגונים, זינט איך האב געזען אז מענטשן גלייכן מער ווען איך זינג אידישע ניגונים.

א ליינער פרעגט: האסטו שוין א ניגון פאר די קומענדיגער אלבוים…?

מיכאל פייערט צו די ערשיינונג פון מימיני מיכאל מיט דער פראדוצירער משה קרויס

מיכאל ענטפערט: יא. אויב און ווען דאס דאס וועט זיין, האב איך שוין איין ניגון אין די קאלעקציע.

א ליינער פרעגט: פאר וועלכע ניגון האט געדויערט די לענגסטע צו רעקארדירן די וואקאלן?

מיכאל ענטפערט: געווענליך האב איך געזינגען צוויי ניגונים אין איין טאג, איך זינג ב”ה זייער שנעל, אבער די ניגון ‘מיין הארץ’ האט גענומען זייער לאנג, צוליב וואס איך האב זיך צעוויינט עטליכע מאל.

א ליינער פרעגט: די מעשה פון די ניגון ‘א ברודערל’ס הארץ’ אויפן אלבוים “יא דו קענסט” איז אן אמת’ע געשיכטע אדער א נאוועל? [גראדע קען עס שטימען לויט די יארן, די ערשטע ניר טראנספלענט אויף צווילינג ברודער איז פארגעקומען אין א שפיטאל אין באסטאן אין יאר 1904 נאך פאר די מלחמה און פשטות די ערשטע נירן טראנספלענט אפעראציע בכלל]

מיכאל ענטפערט: די געשיכטע האב איך געהערט פון רבי יוסף יצחק דזשעיקאבסאן, קענסט אים רופן און פרעגן וואו און ווען דאס האט האט פאסירט.

א ליינער פרעגט: די ניגון “באכע” האט מיכאל געמאכט איבערצובעטן די ראשי ישיבות פאר טרעק 5?

מיכאל ענטפערט: ניין, מען האט דאס נישט געמאכט פארדעם.

א ליינער פרעגט: מיכאל קען ביטע אויסקלארן ווער עס האט געמאכט זיינע ערשטע אידישע ניגונים. עס איז דא מחלוקת הפוסקים איבער די שמחת בית השואבה ניגון, פארט אהיים א טאטע ניגון, מאנכע זאגן פינקי האט עס געמאכט און מאנכע זאגן אז ליפא פעלדמאן?

מיכאל ענטפערט: יא, מיינע ערשטע אידישע ניגונים האט געמאכט ר’ ליפא פעלדמאן, ליפא איי סטיל מיס יור סאנגס! די מאוסט ביוטעפל סאנגס.

א ליינער פרעגט: דו זינגסט איבער דן זיין לכף זכות, וויאזוי קענסטו דן זיין לכף זכות די מענטשן וואס האבן דיר גע’רודפ’ט  אין אנהויב פון דיין קאריערע?

מיכאל ענטפערט: ווייל איך האב זיך אליינס מוחל געווען, און געזען ווי געשמאק עס שפירט זיך צו פארגעבן, האב איך אנגעהויבן פארגעבן אויך אנדערע.
מיר האט מען אנגעהויבן רודפ’ן ווי נאר איך האב אנגעהויבן זינגען, אבער מען האט מיר נאר גע’רודפ’ט ווילאנג איך בין געווען א וויקטעם פון מיר אליינס, און אזוי בין איך געווען א וויקטעם פון יעדן איינעם, ממילא האט מען מיר געקענט רודפ’ן.

יוסי גרין אין סטודיא, זינגענדיג פאר די נייע אלבוים

כ’האב געהאט שווערע צייטן, און אמאל איז דאס געווען זייער שווער, נאכדעם איז געקומען אז איך האב אפגעמאכט אז איך בין מוחל פאר יעדעם איינעם, האב איך געזען אז איך לעב מיט מער שמחה, ווייל איך בין נישט ברוגז אויף קיינעם. געווען אמאל איינער וואס האט מיר געקלאפט אויפן טיר מיר צו איבערצובעטן, איך האב אים אויפגענומען בסבר פנים יפות, און געזאגט אז איך האב אים שוין לאנג מוחל געווען.

איך קען זאגן אז זינט איך האב יעדן מוחל געווען, לעב איך א חיים של שמחה, טראגן א שווער הארץ העלפט נישט מאכן זאכן בעסער.

א ליינער פרעגט: האסטו שוין געהאט א צייט וואס האסט געוואלט אויפגעבן זינגען?

מיכאל ענטפערט: ניין. איך האב אלעמאל געהאט בטחון, און זיך באגעניגנט מיט וויפיל דזשאבס איך האב געהאט.

צום שלוס, ר’ מיכאל א גוט ווארט, צו די ליינער פון אידישער ווינקל?

מיכאל ענטפערט: די מינוט וואס א מענטש זעט איין אז עס איז דא א באשעפער אויף דער וועלט, איז אלעס גרינגער. איך האב ליב יעדן איד, הצלחה!

מיר טוען זיך באדאנקען פאר ר’ מיכאל אויף די הערליכע אינטערוויו, וואס וועט זיכער ברענגען אסאך הנאה צו אונזערע ליינער.

איבערן שרייבער

ארי ווייזער

באמערקונגען

שרייבט א באמערקונג

This site uses Akismet to reduce spam. Learn how your comment data is processed.