ארץ ישראל האט געמאלדן אז זי וועט נישט ארויסגעבן די קערפער פון די איסלאמישע דזשיהאד טעראריסטן, וואס זענען געשטארבן ווען די איזראעלישע מיליטער האט אויפגעריסן א טונעל ווי זיי האבן זיך געפונען.
די טונעל האט זיך אנגעהויבן אין קהאן יוניס, גאזא, און האט זיך אריינגעצויגן אין ארץ ישראל.
די גאזא באזירטע טעראריסטן האבן אנאנסירט אז זייערע קאלעגעס האבן זיך געפונען אין די הייל, ווען זעלנער האבן דאס אויפגעריסן, און זיי זענען געווארן באגראבן לעבעדיגערהייט, עס איז שפעטער געווארן באשטעטיגט דורך די מיליטער ווארטזאגער.
די טעראריסטישע פירער אין גאזא האבן שוין באשולדיגט ארץ ישראל אנהויב וואך פארן נישט צוריקגעבן די קערפער, און די אויטאריטעטן האבן באשטעטיגט זונטאג, אז זיי וועלן נישט ארויסגעבן די קערפער, ווילאנג עס וועלן ווערן צוריקגעגעבן די קערפער פון די צוויי זעלנער וואס זענען אומגעקומען אין די פראטעקטיוו עדז”ש מלחמה, לוטענאנט הדר גולדין, און לוטענאנט ארון שאול.
די איסלאמישע דזשיהאד פירער האבן אפענטפערנדיג די באשלוס מיט זייער פרעכע גאנג זאגנדיג “די קערפער וועלן נישט בלייבן פאר לאנג אין די האנט פון די איזראעליס. מיר האבן זיך אונזערע וועגן צוריקצובאקומען אונזערע קערפערס. די קאמפיין איז אפן און וועט זיך נישט ענדיגן, די ארגענעזאציע וועט נישט מוותר זיין אויף די קערפער, און דאס נישט צוריקגעבן וועט אונז נאך מאכן צו גיין שטארקער אויף די וועגן פון דזשיהאד, דאס איז נישט די איינציגסטע טונעל, מיר האבן אסאך טונעלן, און פארשידענע אפציעס, טייל דערפון פון וואס אונזער פיינט איז דורכגעפאלן ביי די לעצטערע מלחמות, די פינעף מארטירער האבן אוועקגעגעבן זייער לעבן אז די פאן פון דזשיהאד זאל פלאטערן אין די לופטן, אונזער קאמף מיטן פיינט האלט אן אין אלע ארענעס אין פאלעסטינע, פון די טייכן ביז די ימ’ן.”
די חאמאס פירער האבן געגעבן א באזונדערע סטעיטמענט, זאגנדיג “ארץ ישראל קען זיך נאר פארשטעלן אז זיי וועלן אזוי סוקסעסירן, מיר וועלן טון אלעס צו באשיצן אונזערע מענטשן, דאס איז א קרימינאלע אקט דורך די איזראעלישע רעגירונג, וואס ווערט צוגעלייגט צו די ליסטע פון קרימינאלע אקטן אקעגן אונזערע מענטשן, וואס צווישן זיי ווערן פארעכנט ארעסטירן, מארדן, מיליטערישע אנפאלן, און חורבנות צו די הייליגע ערטער, און מיר וועלן ווייטער גיין אונזער וועג ווילאנג מיר וועלן אנקומען און דערגרייכן אונזערע צילן. “פרייהייט און אומקער!”